אליעזר האגער

פֿון װיקיפּעדיע

רבי אליעזר האגער זצ"ל (כ"ב שבט ה'תרנ"א - ב' אלול ה'תש"ו), פון וויזשניץ. באקאנט מיט דעם נאמען "דער דמשק אליעזר".

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אליעזר איז געבוירן כ"ב שבט ה'תרנ"א, צו זיין פאטער הרב ישראל האגער, פון וויזשניץ, "דער אהבת ישראל", א זון פון הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, "דער אמרי ברוך", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת מרת הינדא א טאכטער פון הרב מאיר הורוויץ, פון דזשיקאוו, "דער אמרי נועם", א זון פון הרב אליעזר הורוויץ, רב אין דזשיקאוו, באקאנט אלס "רבי אליעזר'ל דזשיקאווער", א זון פון הרב נפתלי צבי הורוויץ, דער ראפשיצער רב

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין פאטער האט אויף אים געזאגט, אין דעם טאג וואס ער וועט דארפן אנגעבען א חשבון הנפש וועט ער זאגן אז ער איז דער פאטער פון רבי אליעזר, וועט מען אים זאפארט אפלאזען.

נאך זיין חתונה איז רבי אליעזר געזעצען ביי זיין פאטער אין וויזשניץ. ביי דעם ערשטן וועלט קריג איז ער פארברענגט אין וויען צוזאמען מיט זיין שווער.

אין יאר ה'תרפ"ב איז רבי אליעזר געווארן רב אין וויזשניץ, און ער האט דארט אויף געשטעלט א פראכטפולע ישיבה מיט דעם נאמען "בית ישראל ודמשק אליעזר", ס'האט דארט געלערנט הונדערטער תלמידים. אין יאר ה'ת"ש איז רבי אליעזר אריבער מיט די ישיבה קיין גרויסווארדיין.

רבי אליעזר איז געווען פון די אנגעזענע פירערס פון אגודת ישראל און א מיטגליד אין דער מועצת גדולי התורה.

ביי דעם חורבן אייראפע אין יאר ה'תש"ד איז רבי אליעזר ארויף געפארן קיין ארץ ישראל, און זיך באזעצט אין תל אביב.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי אליעזר איז נפטר געווארן ב' אלול ה'תש"ו, און ער ליגט אין הר הזיתים.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תרס"ז האט רבי אליעזר געהייראט מרת חיה ( - ג' אדר ב' ה'תשי"ד), א טאכטער פון הרב יצחק מאיר העשל, פון קאפיטשניץ. זיי האבן נישט זוכה געווען צו קינדער.

זיינע ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • דמשק אליעזר

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר