קייאמישע לייק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאארדינאטן: 41°40′59″N 74°39′39″W / 41.68306, -74.66083


קייאמישע לייק איז א האמלעט אין דער שטאט טאמפסאן אין סאליווען קאנטי, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן. דער זיפ קאד פאר קייאמישע לייק איז 12751.

קייאמישע לייק געפינט זיך צווישן מאנטיסעלא און פאלסבורג.

אין קייאמישע לייק איז דא א וויזשניצער שטעטל וועלכע באשטייט פון ארום זיבעציג פאמיליעס. זיי פארמאכן א גרויס ביהמ"ד מיט א באקוועמע מקוה וועלכע ציהט באזוכער א גאנץ יאר.

אויך איז דארט קווארטירט די וויזניצע ישיבה גדולה.

אזוי אויך לויפט דארטן דורך די רוט 42 וואס אויף איר זענען קווארטירט א גאנצער הויפן מיט היימישע און בפרט חסידישע קעמפס, א שטייגער ווי: צעהלים, באבאוו, שאפראן, און ווען עס הייבט אן צו פארן פון מזרח אויף מערב איז דא הארט דערנעבן קרית ויואל משה (ארונים) באנגעלא קאלאני.

אויך אין קייאמישע לייק געפונט זיך דער מונקאטשער קעמפ וואס איז באקאנט מיט זיין צויבערנדע מקוה ווי עס קומען צו פארן אידן פון איבער דער גאנצער מאונטען'ס אהין.

ווי אויך איז דארטן הויפטקווארטירט די פירמע ליזשאור טיים קוואל וואסער.