משה האגער (שאץ)

פֿון װיקיפּעדיע

רבי משה האגער זצ"ל (ה'תרכ"ג - ט' אייר ה'תרפ"ו), פון שאץ.

אפשטאם[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה איז געבוירן אין וויזשניץ אין יאר ה'תרכ"ג, צו זיין פאטער הרב ברוך האגער, פון וויזשניץ, א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער פון וויזשניץ, באקאנט אלס "דער צמח צדיק", א זון פון הרב חיים האגער פון קאסאוו, "דער תורת חיים", א זון פון הרב מנחם מענדיל האגער, פון קאסאוו, "דער אהבת שלום". און צו זיין מוטער מרת צפורה א טאכטער פון הרב אריה ליב שפירא פון זשיטאמיר, א זון פון הרב שמואל אברהם אבא שפירא פון סלאוויטא אן אייניקל פון הרב פנחס שפירא פון קאריץ.

רבנות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פון יאר ה'תרנ"ג האט רבי משה שוין געפירט רביסטעווע און ער האט זיך באזעצט אין שאץ.

הסתלקות[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה איז נפטר געווארן ט' אייר ה'תרפ"ו.

פאמיליע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רבי משה האט געהייראט מרת חוה א טאכטער פון הרב אברהם יהושע העשל, פון מעזשביזש. זייערע קינדער:

  • הרב חיים האגער ( - ), ממלא מקום פון פאטער, אין שאץ.
  • הרב יצחק מאיר האגער הי"ד.
  • די ווייב פון רבי יצחק היילפרין

זעט אויך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר