אנטווערפן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
אנטווערפן
Flag of Antwerp (City).svg Wapenantwerpen.jpg
מדינה / טעריטאריע Flag of Belgium.svg בעלגיע
קאארדינאטן 51°13′N 4°24′E / 51.217, 4.4
בירגערמייסטער בארט דע וועווער
באפעלקערונג

 ‑ אין שטאט

472.000‏
www.antwerpen.be
AntwerpenLocatie.png


אנטווערפן (פלעמיש: Antwerpen; פראנצויזיש: Anvers - "אַנְוֶוער") איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין גרויסקייט אין בעלגיע און די גרעסטע שטאט אין פלאנדערן, די חלק וואו מען רעדט פלעמיש אין בעלגיע. אנטווערפן האט 472.000 איינוואוינערס (2008), פון דעם זײַנען דאָ בערך 15,000 חרדישע יידן אין אַנטװערפן.

די שטאט ליגט אין צפון זייט פון לאנד, נאנט צום האלענדישן גרעניץ, און אויפן סכעלדע פלוס.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער נאמען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לויטן פאלקלאר האט די שטאט באקומען זיין נאמען פון א לעגענדע איבער א ריז ''אנטיגאן'' וואס האט געוואוינט נעבען דער טייך סכעלדע, ער פלעגט איינמאנען א צאל פון יעדעם וואס איז אריבער געגאנגען דער טייך, און פאר דעם וואס האט נישט געוואלט צאלן, האט ער אפגעשניטן איין האנט אין אריין געווארפן אין טייך. צום סוף איז דער ריז געהרגעט געווארן דורך א יינגע העלד מיטן נאמען ''בראַבאָ'', ער האט אפגעשניטן א האנט פונם ריז אין אריין געווארפן אין טייך. וועגן דעם איז דער נאמען אנטווערפן - וואס מיינט האנט ווארפען.

לגבי דער עטימאלאגיע, איז א פאקט אז אמאליגע צייטן פלעגט מען פראקטיזרן אפשניידן הענט אין אייראפע. אבער יאהן לאטראפ מאטלי ארגומענטירט אז דער נאמען קומט פון דעם ווערף וואס מיינט וואסער (אין ענגליש the wharf).

דאס מערסטע איז אנגענומענע טעאריע איז אז דער שורש נעמט זיך פון די צייטן פון גאליע-רוימישע פעריאדע און קומט פון דאס לאטיינישע ווארט אנטווערפיאַ. אנטווערפיאַ דארף צו מיינען אנטע פארן ווערפיאַ זיך איינזעצן.

פאר די 1500ער יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביים סוף פונעם 15טן יארהונדערט איז אנטווערפן געווארן דער צענטער פון דער אינטערנאציאנאלער עקאנאמיע.

געמיינדעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער געמיינדע באשטייט פון אנטווערפן שטאט מיט נאך אנדערע שטעטלך, וואס צוזאמען איז עס ניין דיסטריקטן:

  1. אנטווערפן (דיסטריקט)
  2. בערכעם
  3. בערענדרעכט-זאַנדווליעט-לילאָ
  4. באָרגערהויט
  5. דערנע
  6. עקערען
  7. האָבאָקען
  8. מערקסעם
  9. ווילרייק

האנדל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אנטווערפן איז לאנגע יארן געווען די וועלטס גרעסטע בערזע ווי מהאט געהאנדלט מיט דיאמאנטן.

אין די לעצטע יארן איז די דיאמאנט האנדל אין אנטווערפן שטארק געפאלן צוליב וואס די פירמעס האבן אנגעהויבן שלייפן דיאמאנטן אין אינדיע ווי עס קומט אויס א סך ביליגער.

אנטווערפן האט די וועלטס באוואוסטע בעקעריי "קליינבלאט". אויך הערצעל און גאלד


יידנטום[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – אנטווערפן יידנטום

נאך דער חורבן אייראפע ווען כמעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון אנטווערפן איז פארניכטעט געווארן, איז די שטאט געווארן א צענטער פאר ארטאדאקסישע יידן. בערך 15,000 חרדישע יידן וואוינען אין דער שטאט, רובם ככולם חסידים. די שטאט האט דריי אפיציעלע קהילות: שומרי הדת (זייער רב איז הרב דוד משה ליבערמאן), מחזיקי הדת (זייער רב איז הרב אהרן שיף) און די פארטוגעזישע קהילה "בני משה". די מחזיקי הדת האט א נעצווערק פון כשרע קראמען (אויפן וועלכן זיי געבן אן השגחה), און נאך פארשידענע ארגאניזאציעס.

באזונדער פונקציאנירן אין שטאט פיהלע צענדליגע בתי מדרשים און שטיבלעך פון אלערליי שיכטן און קרייזן, דערונטער: דריי בתי מדרשים פון בעלזא (אריינגערעכנט חסידי בעלזא-מאכנבוקא), צוויי בתי מדרשים פון סאטמאר, באבוב, צוויי בתי מדרשים פון וויזניץ, סקווירא, גור, טשארטקוב, אלכסנדר, און נאך.

דאס פשעווארסקער חסידות איז הויפטקווארטירט אין אנטווערפן, זינט שנת תשי"ח ווען הרה"ק רבי איציק'ל מפשעווארסק האט זיך אריבערגעצויגן פון פאריז. דערנאך האט דאס ממשיך געווען חתנו הרה"ק רבי יענקעלע מפשעווארסק, און לאחר פטירתו ביום ז"ך חשון תשנ"ט איז בנו יחידו כ"ק פשעווארסק'ער רבי נתעטר געווארן בכתר האדמורו"ת.

איינער פון די באקאנטע פערזענלעכקייטן אין דער שטאט איז געווען הרב הגאון חיים קרייזווירטה, אב"ד פון מחזיקי הדת אומגעפער פופציק יאר, ביז זיין פטירה אין תשס"ג.

קאארדינאטן: 51°13′N 4°24′E / 51.217, 4.4