מאנסי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

קאארדינאטן: 41°7′10″N 74°3′57″W / 41.11944, -74.06583

מאָנסי
ארט פון מאנסי אין ניו יארק
לאַנד ניו יארק, USA
געגנט ראקלאנד קאונטי
בירגערמײַסטער קריסטאפֿער לארענס
(טאון אף רעמעפא)
שטח 5.8 קוואדראט ק"מ
באַפֿעלקערונג 14,504 - (אין 2000)


מאנסי (ענגליש: Monsey) איז א פרומע אידישע געגנט אין דער שטאט ראַמאַפאָ, ראַקלענד קאַונטי, אין אָפּסטעיט ניו יאָרק, מיט 14,504 איינוואוינער (2000).

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ערשטע אידן אין מאנסי זענען געווען מער אין דעם (היינטיגן) ספרינג וואלי געגנט, וואס איז בעיקר געווען באזירט אויף יוניאן ראוד דארטן ווי די פאפא מיידל סקול איז היינט באזירט און האט זיך געצויגן דורכן רט. 45 כמעט ביז נוי דזשערסי, און די ערשטע שוהל איז קהלת ישראל וואס עס שטייט נאך היינט אויף, אלד נייעק טורנפייק ביים וואונקל פון סאוט מעדיסאן, הארט נעבן די סאטמאר תלמוד תורה און מיידל סקול קאמפלעקס, און דער געגנט ווי עס איז היינט סענטראל מאנסי איז נאך דעמאלטס געווען טייל א גרויסער זומפ וואס האט געהערט פאר א פארמער וואס ער האט געוואוינט און א ביידל וואס איז געשטאנען אויף וואלטער דר. כמעט ביים וואונקל מיט עדווין לעין

שפעטער ווען די ישיבה תורה ודעת האט געפענט פאר הרב שרגא פייוול מענדלאוויטש דעם פיליאלע גערופן מיטן נאמען בית מדרש עליון און עס איז געווען זייער א שטארקן כח האט דאס אהינגעצויגן דעם אידישן באפעלקערונג זאלן קומען מער אין יענער געגענט, אבער דער אויבנדערמאנטער שוהל קהלת ישראל גייט נאך אן ביזן היינטיגן טאג מיט מניינים שבת און אינדערוואכן, און אזוי אויך איז דא נאך עטליכע שוהל'ן פון חרדישע אידן, נישט קיין שטריימל אידן, אבער פיינע פרומע משפחות.

די ערשטע אידישע איינוואוינער זענען געווען די תלמידים און איינגעשטעלטע אין בית מדרש עליון, וואס איז געווען געפירט דורך ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש זצ"ל דער לאנג יאריגער מנהל פון ישיבה תורה ודעת אין ברוקלין. הרב דוב בער גרינבוים, דער איידעם פון ר פייוול וואס איז דערמאנט פריער האט ערפינדען די שטאטישע תלמוד תורה און מיידל שולע "ישיבה ד'ספרינג וואלי".

מוסדות החינוך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ישיבות און קהילות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די גרעסטע חסידישע קהילות אין מאנסי זענען וויזשניץ אויף פיליס טערעס, און סאטמאר אויף מאנסי בולעווארד. די וויזשניצער קהלה וואוינט מערסטנס אין זייער אייגענעם שטעטל "כתר" דרום פון מאנסי, וואס האט א בירגערמייסטער א וויזשניצער חסיד. אנדערע חסידישע קהלות אין מאנסי זענען בעלזא, באבוב, ברסלב, סקווירא, קלויזענבורג, און ניקאלשבורג.

ווי אויך איז דא נאך קהילות און רבנים און מאנסי ווי שינאווע, ראדוויל, קאסאן פארשעי, סאלקא, ר' חיים פלאהר, מכון להוראה אוןנייטרא.

ציבור'ישע ארגאניזאציעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ראקלאנד קאונטי דעוועלאפמענט קאונסיל (RCDC) ווערט אנגעפירט דורך ר' מענדל האפמאן הי"ו, און פארנעמט זיך מיט צושטעלן סאציאלע געברויכן פאר די איינוואוינער.

א באזוך אין מאנסי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פאר א באזוכער זענען דא פיל פארוויילונגען, געשעפטן, האטעלן, און בתי מדרשים, צוצושטעלן פאר יעדן גרויס און קליין. כאפט א שפאציר אין די וועלדל פון ווייאלע פארק פאר א פארברענג מיט די נאטור. באזוכט די הערליכע בתי מדרשים, און פארברענגט א טאג אין לערנען צווישן די תלמידים פון בית מדרש עליון אדער ישיבה ד'מאנסי.

געשעפטן און פארוויילונגס ערטער[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פין די באוויסטע געשעפטן אין מאנסי איז ראקלענד קאשער וואו סאיז דא צי באקומען מכל מילי דמיטב.

אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואדמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדייל • שטראסבורג • שיקאגא