ברסלב
פֿון װיקיפּעדיע
ברסלב (באקאנט אויף יידיש ווי בראַסלעװ) איז א חסידות וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אומגעפער אין יאָר ה'תקמ"ח (1780) דורך דעם צדיק רבי נחמן, אויפן נאמען פון שטעטל בראסלעוו אין אוקראינע וואס איז אין איר אויפגעשטעלט געווארן. ר' נחמן האט געזאגט רמזים פארוואס ער וויל זיינע חסידים זאלן זיך רופן מיטן נאמען "ברסלב".
חסידות ברסלב איז אימער געווען זעלדן ביי א טייל פון אנדערע חסידות'ן, אלס אירע נייע געדאנקען. וועגן דעם האבן זיך א טייל פון אנדערע חסידות'ן מיט איר געקריגט.
זייער איינציגער רבי איז געווען ר' נחמן; זייט אים האבן זיי נישט געהאט קיין רבי. דעריבער (ווייל זיי האבן נאר א טויטן רבי) רופן זיי אנדער חסידים "די טויטע חסידים".
- זעט מער: ר' נחמן מברסלב.
אירע היינטיגע פירער [באַאַרבעטן]
- ר' יעקב מאיר שעכטער פון מאה שערים, ירושלים
- ר' אליעזר בערלאנד פון ירושלים
- ר' אליעזר שלמה שיק פון יבניאל
- ר' משה קרעמער
- ר' אלעזר קעניג פון צפת