מאכניווקא (הויף)

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
הרה"צ אברהם יהושע העשיל טווערסקי, דער צווייטער מאכניווקער רבי
הרה"צ יהושע רוקח, דער היינטיקער מאכניווקער רבי

מאכניווקא חסידות געהערט צו דער טשערנאבלער גזע. הרה"צ יוסף מאיר טווערסקי האט געגרינדעט דעם הויף אין מאכניווקא, א שטעטל אין אוקראינע. דער היינטיקער רבי פירט זיין רעביסטעווע אין בני ברק, ישראל; ער איז אויך א בעלזער אייניקל. מאכניווקא איז אן אפצווייג פון סקווער.

[באַאַרבעטן] ייחוס

די טשערנאבלער גזע האט געגרינדעט דער טשערנאבלער מגיד, הר"ר מנחם נחום טווערסקי, א תלמיד פון הייליגן בעל שם טוב, דער מייסד פון חסידות.

  • הרה"צ מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאבל - מחבר פון „מאור עינים", תלמיד פון בעל שם טוב
    • הרה"צ מרדכי טווערסקי, טשערנאבלער מגיד, זון פון מאור עינים - האט געהאט אכט זין וואס יעדער איינער האט געגרינדעט א גזע

ר' אברהם יהושע העשיל איז געווען מאכניווקער רבי 70 יאר, פון תרע"ז ביז תשמ"ח. במשך א לענגערער צייט אין ראטן פארבאנד האט ער מרביץ תורה געווען און פארשפרייט חסידות אקעגן דעם רצון פון די קאמוניסטישע אויטאריטעטן. נאכן צווייטן וועלט קריג האט די סאוועטישע רעגירונג אים געבעטן צו דינען אלס הויפט רב פון דער סאוועטן פארבאנד. ער האט אבער אפגעזאגט דעם אמט, ווייל ער האט נישט געוואלט זיך פירן לויט זייערע דעות. פאר דעם האט מען אים פארטריבן אין סיביר.

אין תשכ"ה האט מען אים ערלויבט צו פארלאזן דעם סאוועטן פארבאנד און ער האט געוואנדערט קיין בני ברק.[2]

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. יצחק אלפסי, „החסידות מדור לדור"
  2. המודיע באנד 447


[באַאַרבעטן] וועבלינקען


פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן