נחמן מברסלב

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי נחמן פון ברסלב אדער ר' נחמן בראַסלעװער זצ"ל (א' ניסן ה'תקל"ב - י"ח תשרי ה'תקע"א) א אייניקל פון בעש"ט, און דער גרינדער פון בראסלעווער חסידות . זיינע תורות און משָלים זענען טיפע, ער האט געצויגן צו זיך הונדערטער חסידים.[1] נאך זיין פטירה האבן זיינע חסידים נישט אויפגענומען קיין רבי כאטש וואס ר' נחמן האט מרמז געווען זאל זיין תלמיד ר' נתן ממשיך זיין פירן נאך אים, ווייל ר' נתן האט געהאט גרויס אמונה און רעספעקט פאר זיין רבי ר' נחמן, און האט זיך נישט געפילט אלס א צדיק הדור. פון דאן איז דאס חסידות געווארן באקאנט אלס די טויטע חסידים.

זיין יוגנט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי נחמן איז געבוירן אין מעזשביזש ראש חודש ניסן שבת קודש פרשת תזריע פרשת החודש אין יאר ה'תקל"ב. זיין מוטער פייגא איז געווען די טאכטער פון אדל, דער טאכטער פון בעש"ט. זיין פאטער ר' שמחה איז געווען א זון פון ר' נחמן האראדענקער, א תלמיד פון בעש"ט, נאך וועמען ער האט געהייסן.

ווען דער בעל שם טוב איז נפטר געווארן איז זיין הויז אריבער צו זיין טאכטער אדל. זי האט עס געגעבן פאר איר טאכטער פייגא וואס האט דארט געוואוינט מיט איהר מאן, אין דעם הויז איז געבוירן איהר קינד ר' נחמן.

אין דעם הויז וואו דער בעל שם טוב האט געוואוינט פלעגן צוזאמעם קומען די תלמידים פונעם בעל שם טוב נאך זיין פטירה, ווייל אסאך פון זיי פלעגן זיך קומען משטתח זיין אין מעזשביזש אויפן קבר פון בעש"ט, פלעגן זיי איינשטיין אין דעם הויז פון פייגא און ר' שמחה, זיי פלעגן דארט איבערפארציילן וואונדערליכע עבודות ה' פון זייער רבי'ן דער בעש"ט, זיין ליבשאפט צו גאט און זיינע וועגן, דער קליינער נחמן וואס איז געווען גאר יונג האט זיך צוגעהערט צו זייערע רייד, און עס איז אים גוט אריין אין די ביינער, און האט אפגעמאכט ער גייט אים נאכמאכן, ר' נחמן האט שפעטער געזאגט (ליקו"מ ח"א סי' רמ"ח) אז זיין עיקר התעוררות צו עבודת ה' איז געקומען פון די שמועסן.

ביי די זעקס יאר האט ער מחליט געווען ער וועט זיך אפשיידן אינגאנצן פון דער וועלט, און האט אנגעהויבן זיין עבודה, ער פלעגט ארבעטן אויף תאוות אכילה, ער האט נישט געוואלט פילן דעם טעם פון עסן האט ער געשלינגען גאנצע שטיקער און נישט געלאזט צוקומען דעם טעם צו זיינע גומען, ביז זיין האלדז איז געשוואלן געווארן.

פון אנהייב אהן איז אים גוט אריין די זאך פון התבודדות, און האט דערין זייער אסאך עוסק געווען.

אין לערנען תורה איז ער געווען א זעלטנהייט, ער פלעגט פארציילן אז נאך אין זיינע יונגע יארן האט ער דורך געלערנט אלע חלקים פון דער תורה, עס איז כמעט נישט דא קיין ספר וואס ער האט דאן נישט געלערנט, ער האט אויסגערענט (שבחי הר"ן סי' ז') ש"ס, פוסקים, תנ"ך, עין יעקב, זוהר תיקונים, כתבי האר"י, ער האט געזאגט אז אז סארט מוסר ספרים האט ער דאן דורך געלענט, ספעציעל האט ער געלערנט דעם באקאנטן ספר ראשית חכמה.

אלס קינד פלעגט ער אסאך לויפן צו זיין זיידן'ס קבר דעם בעל שם טוב, ער פלעגט דארט מאכן אסאך התבודוות און געשריגן צו השי"ת ער זאל זוכה זיין דערנענטערט ווערן צו אים. ער פלעגט אויפשטיין אינמיטן נאכט לויפן אין מקוה האקן די אייז און זיך טובל'ן און פון דארט לויפן צו קבר פון בעל שם טוב, און זיך אויפגעהאלטן דארט שעה'ן ביז צופרי.

ער פלעגט אסאך וויינען צו השי"ת, יעדע זאך וואס ער האט געוואלט האט ער געבעטן פון השי"ת און געוויינט, אנהייב האט ער נישט פארשטאנען לערנען נישט משניות נישט גמרא, האט ער זייער געוויינט און געבעטן פון השי"ת ער זאל עס פארשטיין, האט אים השי"ת געהאלפן, אזוי איז געווען מיט טיעפע סודות קבלה ער האט אסאך געבעטן ביז השי"ת האט אים געהאלפן.

ר' נחמן האט געזאגט אמאל אז אין זיינע יוגנט יארן פאר די אכצן יאר האט ער דריי מאל געפארטיגט ד' חלקי שולחן ערוך, איינמאל האט עס געלערנט און געקענט אלע הלכות וואס עס שטייט דארט, דאס צווייטע מאל האט ער עס געלערנט מיט די מפורשים און ראשונים ביז צום מקור פון ש"ס. דאס דריטע מאל האט ער משיג די סודות פון די הלכות, דאס איז געווען בלויז אין דער יוגנט, ווייל שפעטער האט ער אסאך מאל מסיים געווען שולחן ערוך.

אויך האט געקענט אין דער יוגנט אויסענוויינג גאנץ עץ חיים, פרי עץ חיים, אלע כתבי אריז"ל, זוהר ותיקנים.

אין יענער צייט אין זיין יוגנט האט ער פארפאסט דעם ספר המדות.

מיט דעם אלץ איז ער געווען א שטארקער הצנע לכת, מען האט נישט געמערקט אויף אים זיינע עבודות, ער פלעגט זיך פארשטעלן מען זאל מיינען ער איז א ווילד קינד, ער מאכט אינטערעסאנטע זאכן.

בר מצוה און חתונה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן האט בר מצוה געהאט ר"ח ניסן ה'תקמ"ה שבת פרשת ויקרא, פרשת החודש, אויף דעם שבת איז געווען ביי אים זיין פעטער דער דגל מחנה אפרים און האט אים געזאגט מוסר און געמוטיגט אין עבודת ה', ער האט אים דערמאנט דעם פסוק ה' אמר אלי בני אתה אני היום ילדתיך, און נאכגעזאגט דעם זוה"ק אז דאס גייט ארויף ווען איינער ווערט בר מצוה. ר' נחמן האט זייער געליבט א גאנץ לעבן די טייערע רייד פון זיין פעטער.

גראד נאך זיין בר מצוה האט מען געשריבן תנאים, זיין שווער איז געווען א גרויסער עושר, א באקאנטער חסיד ר' אפרים פון הוסיאטין, הוסיאטין איז געווען איינע פון די דערפער וואס האט באלאנגט צו זיין שווער, אסאך צדיקים פלעגן איינשטיין ביי זיין שווער, אויך דאס ווייב פון ר' אפרים איז געווען זייער א חשובע, ביידע האבן געהאלפן ר' נחמן ער זאל דינען השי"ת אומגעשטערט. די חתונה איז פארגעקומען אין מעדווידעווקא, זיין טאטע און זיין מאמע פייגא זענען געקומען צו דער חתונה פון מעזשביזש. דערנאך האבן זיי זיך געצויגן צום הויז פון זיין שווער אין הוסיאטין. פון הוסיאטין ביז מעזעבוז איז דא לערך 100 קילאמעטער, דאך פלעגט ר' נחמן זיך שטענדיג אריבער חאפן קיין מעזשבוז צום קבר פון זיין גרויסן זיידן דער בעל שם טוב, אויך פלעגט ער דארט גיין באזוכן זיינע עלטערן.

נעבן דעם דארף אויסיאטין געפינט זיך סמילע, דארט ליגט דער צדיק ר' ישעיה מיאנוב א תלמיד פון בעל שם טוב, דער מחבר פון דעם וואנדערליכן ספר צוואות הריב"ש, ר' נחמן פלעגט אויך דאן פארן אויף זיין קבר און אים געמאכט א שליח צו זיין זיידעם דעם בעל טוב ער זאל אים פרעגן זאכן, אויך פלעגט ער אים מאכן א שליח צו זיין אנדערע זיידן פון ארץ ישראל ר' נחמן מוראדענקער.

אינעם טאג פון די חתונה פאר די חופה איז ר' נחמן ארויס אין שטעטל, און געזוכט א חבר וואס זאל מיט אים דינען השי"ת, ער האט אנהגעטראפן א יונגער בחור אזוי אלט ווי ער, ער האט געהייסן שמעון. דער ר' שמעון תלמיד ר' נחמן מברסלב, איז געווען זיין ערשטער תלמיד.

ר' נחמן האט באקומען פון זיין שווער דריי הונדערט גאלדענע רענדלעך, ער דערפון געלעבט עטליכע יאָר, ער האט זיך גארנישט געמוזט זארגן פאר פארנסה, זיין מוח איז געווען אריינגעטוהן אין עבודת ה'.

במשך די אלע יאָר פון דרייצען ביז אכצען יאָר האט ער נאך מער עוסק געווען אין זיינע עבודת, ספעציעל אין התבודדות וואס איז געווען ממש זיין לעבן, ער פלעגט ארויספארן אויסערן שטאט אינמיטן נאכט און פארברענגן דארט א גאנצע נאכט און געשריגן צו השי"ת. ער פלעגט נעמען א פערד פון זיין שווער און געריטן דערויף ביז אינמיטן וואלד, ער האט צוגעבינדען דעם פערד צו א בוים און עוסק געווען א גאנצע טאג און נאכט אין עבודת ה'. צומאל האט זיך געמאכט דער פערד האט זיך אפגעריסן פונעם בוים און איז אליין אהיימגעלאפן, מען האט געמיינט אז עס האט חלילה עפעס פאסירט מיט אים, אבער ער האט זיך נישט צוטוען געמאכט דערפון.

אבער אלץ איז געווען מיט א גרויסע הצנע לכת, אזוי אז ווייניג מענטשן האבן געוואוסט פון זיינע עבודת, און די וואס האבן יא געוואוסט האט ער זיי אנהגעזאגט מען זאל גארנישט פארציילן.

זיין עבודת ה'[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אפגעשיידט פון גלוסטיגקייט

ר' נחמן איז געווען א חידוש אינעם ענין פון נישט האבן קיין שייכות מיט גלוסטוגקייטן פון די וועלט, ער האט גוט פארשטאנען צו תאוות פון משגל דאס הייסט נאכגעבן די תאוות, און האט אסאך ארוםגערעדט וויאזוי זיך דעווייטערן דערפון. ער פלעגט דערמאנן דעם זוה"ק עיקרא דיצרא בישא על עריין, דער עיקר יצר הרע איז אויף עריות. ער האט זיך אזוי אויסגעאיידלט אין דעם ענין עז ער פלעגט זאגן אז אצינד איז עס ביי מיר בכלל נישט קיין נסיון, עס איז נישט קיין חילוק ביי מיר צווישן א זכר און נקבה צווישן א מאנס פארזשוין און א פרוי. אויך פלעגט ער זאגן ווער עס איז א אמת'ער חכם אין דאקטעריי און ווייסט וויאזוי דער סדר פון אלע אברים פון א מענטש איז צוזאמענגעשטעלט ביי אים איז די תאווה מיאוס און עקלדיג. מען קען נישט רעדן דערפון צו פשוטע מענטשן ווייל ווען מען הייבט אן פארשטייען זיי גארנישט וויאזוי עס קען זיין אזא זאך, אבער א אמת'ער קלוגער מענטש פארשטייט, אויך האט ער געזאגט עס מוז זיין א סוד פארוואס דאס איז א תאווה ווייל אין פשטות פארשטייט ער נישט פאר וואס דאס איז א תאוה.‏[2]

ר' נחמן האט געזאגט אז דער זיווג ביי אויסגעאיידלטע מענטשן פון גרויסע צדיקים איז גארנישט קיין גלוסטיקייט, נאר פארקערט זיי האבן דערפון גרויסע יסורים.

אבער ער האט צוגעלייגט אז אין די יונגע יארן האט ער זיך זייער געפלאגט אויסרייסן פון זיך תאוות, ער האט געזאגט אז דער יצר הרע האט אים געזאגט ער איז מסכים אים צו געבן אלע מדריגות אבי ער זאל זיך נישט אויסאיידלן די תאוה, אבער ר' נחמן האט געזאגט פארקערט ער גיט נאך דעם בעל דבר אלץ, דאס הייסט ער וועט זיך נישט אויסארבעטן אינגאנצן מיט גארנישט, אבער ער וויל זיך אויס ארבעטן מיט תאוות אינגאנצן.

ער האט געזאגט מען טרעפט אמאל אז גרויסע צדיקים האבן שוין גארנישט קיין גלוסטיקקייטן, אבער דאס איז ביי דער עלטער ווען דער כח פון גלוסטן ווערט שוואכער, געלונגט דאס, אבער גאר א יונגער מאן אין די אנהייב צוואנציגער יארן איז כמעט נישט דא, אבער איך בין אויסגעארבעט אינגאנצן, אלע מיינע תאוות זענען צובראכן.

צום סוף האט ער געזאגט ער דערצו האט ער זוכה געווען דורך התבודדות. און דורך תפלה צו גאט קען יעדער מענטש דערצו זוכה זיין.

  • תאות אכילה ושינה

אויך אין עסן און טרינקן און שלאפן איז געווען א חידוש גדול, אנהייב האט ער זיך זייער געפלאגט מיט תאוות אכילה, עס האט זיך אים געדוכט אז ער וועט קענען ארויסקריכן פון אלע סארט תאוות אבער נישט פון עסן, ביז ער האט זיך געבראכן אינגאנצן, ער פלעגט ממש גארנישט עסן, דאס ביסל האט זיך געמוזט אריין שטופען ער זאל זיך דערהאלטן ביים לעבן. ער פלעגט זיך מוזן פלאגן צו עסן. שפעטער ווען ער שוין געבראכן די תאוה אינגאנצן האט ער געמוזט עסן ווייל זיין גוף האט עס פארלאנגט אבער זיין גוף איז שוין נישט געווען געוואנט צו עסן, און האט זיך געמוזט באגענוגן מיט גאר א ביסל.

אמאל האט ער געטראכט און געזען אז ער האט דאך א גלוסטקייט פון עסן, האט ער געטראכט אז ער קען זיך נישט אינגאנצן אויסארבייטן דערמיט, טא פאר וואס זאל ער זיך פלאגן אומזיסט ליבערשט זאל ער עסן געהעריג צו האבן כח דינען השי"ת, האט ער געבעטן ביי שלוש סעודות השי"ת זאל אים ווייזן א וואונדער ער וויל זען די דריי אבות אברהם יצחק יעקב האט מען אים געזאגט פון הימל ונתתי עשב בשדך לבהמתך, ווען דו וועסט זיך משדד זיין דיינע בהמיות די וועסט צוברעכן דיינע תאוות וועסטו זוכה זיין צו עש"ב די קדושה פון דריי אבות, פון דאן אהן האט ער זיך אינגאנצן צובראכן די תאוה.‏[3]

ביי די צוואנציג יאר האט ער געזאגט ער שפירט קיין שום טעם אין עסן, ווען עס קומט די צייט פון עסן ווערט אים שווער אויפן הארצן אוי מען גייט שוין עסן, ער דערמאנט זיך גראד וואס וועט ווערן פון עסן, ער מוז שוין אויפהערן טראכטן פון עסן, ווייל ער קען נישט עסן מער, אויב ער טראכט נישט פון עסן קען ער עפעס שנעל ארייכאפן צו עסן. ער האט געזאגט אויף זיך אין זיינע עלטערע יאָרן: איך בין א ריין פעלעכעל, דאס הייסט זיין גוף איז אזוי אויסגעארבייט אינגאנצן ריין, עס האט נישט קיין שום שמעק פון א בהמה און פון גשמיות.


  • תורה

זיין תלמיד ר' נתן שרייבט: זיין גרויסע בקיאות אין דער תורה איז געווען אהנע שיעור, עס געפינט כמעט נישט אזעלכע סארט אין קיין ספרים, מען האט געזעהן אז ער האט די גאנצע תורה פאר זיך, ספעציעל תנ"ך, עין יעקב, זוהר וכתבי אר"י, עס האט זיך געדוכט ווי אלעס ליגט פאר אים אויפן טיש, און ער קען נעמען דערפון וואס ער וויל. אביסל קען מען דאס זעהן אין זיינע וואנדערליכע ספרים (שבחי הר"ן סי' יא).

ער פלעגט לערנען מיט א אויסערגעוונענליכע התמדה און מיט א שנעלקייט, אין א שעה האט ער געלענערט עטליכע דפים פון שולחן ערוך מיטן די מפורשים, בשעת מענטשן פלעגן זיך גרייטן צום דאוונען האט ער שוין געפארטיגט פיהר בלאט גמרא.

  • תפלה
  • התבודדות"

ר' נחמן האט זיך אסאך געפירט אויפן דעם דרך פון התבודדות.

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – התבודדות


  • האראוועניע

ער פלעגט אסאך צו פאסטן, גאנצע וואכן פלעגט ער פאסטן, זיין סדר איז געווען א במשך פון א יאָר האט ער געפאסט אכצין מאל משבת לשבת, אהן קיין הפסקה, חוץ דעם וואס ער האט גפאסט א תענית דא און א תענית דארט. ער פלעגט זאגן אין עלטערע יאָרן "איך האב זייער פיהל געהארעווט, איך האב פיל געפאסט. קיינער האט נישט געוואוסט אז ער פאסט נאר זיין ווייב סאסשע, ער האט אים באשווארן זי זאל פאר קיינעם נישט דערציילן. עס האט זיך געמאכט ווען ער האט געפאסט א גאנצע וואך, און ערב שבת פארן אויספאסטן איז ער געגאנגען אין מקוה געבראכן די אייז און זי געהאלטן דארט פאר איבער צוויי שעה וואס אפילו א געזונטער מענטש וואס עסט געהערריג קען דאס נישט באוואזן.

עס פלעגט זיך קוילערן אין קאלטער שניי גלגול שלג.

ער האט זיך קיינמאל נישט געריבן און געקראצט זיין קערפער. אויך די מדה פון כעס איז ער געווען אינגאנצן אויסגעארבעט, ער איז געווען א גוטער מענטש און האט נישט געהאט קיין שום קפידה און כעס אויף קיינעם, אפילו איינער האט אים געטון אסאך שלעכטץ האט ער גארנישט געהאט אויף יענעם קיין טענות, ער האט געזאגט אז בשלימות האט ער זוכה געווען דערצו דורך די הייליגקייט פון ארץ ישראל (עיין ליקו"מ ח"א סי' קנ"ה).

ר' נחמן איז געווען א גרויסער בעל יסורים, ער האט אסאך געליטן אין פערזענליכן לעבן. עטליכע קינדער זענען אים אוועק, זיין ערשטע ווייב איז אוועק.

די לעצטע יארן פון זיין לעבן האט געהאט א לונגען קראנקייט און האט געשפיגן אסאך בלוט, ער איז געווען זייער אפגעשוואכט, ער האט אסאך געליטן יסורים אזוי ווייט אז פאר גרויס יסורים האט געקענט צובייסן א האלץ, אבער ווען ער האט געוואלט האט ער אוועקגעשיקט די יסורים, און פלוצלונג האט ער געקענט באווייזן אז ער איז געזונט און שטארק עס פעלט אים גארנישט, ווען ער האט געוואלט האט ער צו זיך גענומען די יסורים (שבחי הר"ן ח"א), אזא מדריגה געפונען מיר ביי די גרויסע תנאים ר' אלעזר ב"ר שמעון בן יוחאי אין מסכת ב"מ דפ"ד.

פון זיינע גרויסע מדריגות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • פדיון נפש

ר' נחמן איז געווען זייער גרויס אינעם ענין פון פדיון נפש ער האט זיך בארימעט אז ער איז פון די איינציגע צדיקים וואס קענען מאכן א פדיון נפש, ער קען ממתיק זיין אלע סארט דינים פון א מענטש, ער שיקן שילוחים צו די הויכע וועלטן און פארדרייען אלעס ביז עס ווערט גוט, ער האט אמאל געזאגט ער קען מאכן אזא סארט פדיון נפש וואס דער כהן גדול האט געמאכט ביים שיקן דעם שעיר המשתלח. ווען מען קומט צו אים מען איז מזכיר א צרה, שפריט ער די צער און יסורים פונעם קראנקער פונקט ווי דער קראנקער זעלבסט, ער שפירט עס אפילו מער ווי דער קראנקער מענשט זעלבסט.

געווען אמאל וואס איינער האט אים געזאגט רבי פראגעסט נישט פון מיר, זאגט אים ר' נחמן: ווי קען איך פארגעסן פון אייך יעדער האט א ספציעלער פלאץ ביי מיר אין הארץ.

ער ווערט רבי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין די ערשטע יאָרן איז ר' נחמן געווען זייער פארשעטלט אסאך האבן נישט געוואוסט פון זיין גרויסקייט, אפילו זיין שווער ר' אפרים מאוסיאטין האט נישט באגריפען ווער זיין איידעם איז, ביז צוביסלעך איז זיין שווער געוואר געווארן דורך פארשידענע מעשיות אז ר' נחמן איז א בריליאנט שטיין, א געהויבענער מענטש.

אין יענע צייטן האט שוין ר' נחמן געהאט אסאך תלמידים און חסידים וואס האבן שוין יא באגריפן עפעס פון אים צווישן זיי איז געווען דער טירהאוויצער מגיד ר' יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא.

מעדוועדיווקא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן האט געוואוינט אין הוסיאטין ביי זיין שווער ביז זיין שווער האט חתונה געהאט צום צווייטן מאהל, אין יאָר ה'תקנ"א, האט זיך ר' נחמן געצויגן קיין נעבן מעדוועדיווקע א שטעטל נעבן הוסיאטין, צוביסלעך איז ער געווארן אלס מער און מער באקאנט, די מאסן מענטשן זענען זייער נתפעל געווארן פון זיין קלוגשאפט, ערהליכקייט, און ספעציעל פון זיין וועג וויאזוי ער האט געלערנט וויאזוי צו דינען השי"ת, עס האבן זיך אין ממעדוועדיווקא צוזאמען גענומען די דארפס לייט און מען אפגעמאכט אים צו געבן יעדע וואך א רענדעל ער זאל דארט זיך אויפמאכן זיין רבי'שע הויף און פראוועןן. אויך אין מעדוועדיווקא איז דערנענטערט געווארן צו אים אסאך גרויסע לייט פון זיינע חסידים, ווי ר' נחמן'ס ברודער יחיאל, אויך די ברעסלעבר חסידים וואס האבן געוואוינט אין דאשיעוו ר' חייקל חזן, ר' יודל ממעדווידעווקא, ר' שמואל אייזיק מדאשיב, ר' דוב מטשעהרין, אויך דער ברעסלבער רב ר' אהרן מברסלב, אויך דער ערשטער תורה שרייבער פון ר' נחמן איז דעמאלטס געווארן נאנט צו אים דער חסיד אברהם פעטערבורגער.

ר' נחמן איז באוואוסט געווארן אין מעדווידעבווקא אלס גרויסער פועל ישועות, און יודען פלעגט קומען בעטן פון אים ער זאל בעטן ביי אים פאר גאט, און זאל מאכן פדיון נפש פאר זיי. אבער פון די אנדערע זייט זענען אויך געווארן מתנגדים און קריגער'ס אויף ר' נחמן זיין נייער וועג אין דינען השי"ת, עס איז געווען אמאל וואס מען האט געזונגען ביין זיין טיש דעם מזמור לולי ה' שהיה לנו (תהלים קכד) אסאך מאל, דערנאך האט ר' נחמן געזאגט זיינע חסידים "איהר זענט נאך אלץ נישט מיינע חסידים, עס וועט קומען אמאל א צייט וואס דער גאנצע עולם וועט אויף שטיין אויף מיר און קריגן, דעמאלטס ווער עס וועט זיך שטארקן און בלייבן ביי מיר דער וועט ווערן פארעכנט ווי מיינט אמת'ע לייט", אבער אין פאקט האט ר' נחמן דארט געהאט אסאך חסידים און ידידים און זיינע אלע שונאים זענען זיך צופאלן אין גארניט געקענט טוהן.

אויך ווען ער האט געוואונט אין מעדווידעווקא און געווארן א רבי האט ער נישט נאכגעלאזט פון זיין וועג פון התבודדות, רוב טאג איז ער געווען פארשפארט, ער פלעגט ארויסגיין אין וואלד צופרי און פארברענגן אין פעלדער און וועלדער גאנצע טעג, מיט גלוסטינגען און זיך אויסגיסן דאס הארץ פארן באשעפער. ער איז געגאנעגען באזוכען אויף אלע בערג און וועלדער ארום די שטאט, ער האט אנגעטראפען א ריזיגער בארג, אויפן שפיץ פונעם בארג איז געווען א טאל אריין, אזוי אז קיינער האט נישט געקענט זעהן וואס עס טוט זיך ארום, דער בארג האט ר' נחמן זייער ליב געהאט, ער האט דארט פארברעגנט גאנצע טעג.

אויך דא האט ר' נחמן אסאך געפאסט און געהארעוועט, קיינער האט נישט געוואוסט דערפון אפילו זיין ווייב, נאר זיין שמש, און זיין נאנטער מענטש ר' חייקל חזן. ער פלעגט זיך פיהרן אז די עסן וואס זיין ווייב פלעגט שיקן צו אים דורך שמש, האט ער געהייסן דער שמש זאל עס אויפעסן.

ווען ר' נחמן איז געווען אין מעדווידעבקא איז ער פון דארט געפארן קיין ארץ ישראל, און איז צוריק געקומען האט ער זיך ווייטער באזעצט אין מעדווידעבוודקא. און האט דארט געוואנונט נאך א יאָר צייט נאך ארץ ישראל ביז אינמיטן זומער פון יאָר ה'תק"ס.

זיין נסיעה קיין ארץ ישראל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן איז געפארן קיין ארץ ישראל אין יאָר ה'תקנ"ח, ער איז דאן געווען א יונגערמאן פון זעקס און צוואנציג יאָר, זיין נסיעה קיין ארץ ישראל איז א באזונדערע פרשה, עס איז געווען גאר אינטערעסאנט.

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – ר' נחמן'ס נסיעה קיין ארץ ישראל


זלאטיפאלי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען ר' נחמן איז צוריק געקומען פון חמעלניק, פון דער חתונה פון זיין טאכטער איז ער גלייך געפארן קיין זלאטיפאלי, דאס איז א שטעטל אין אוקריינא וואס איז זייער נאנט צו דעם שטעטל שפאליע, עס טיילט אפ צווישן זיי אכט און צוואנציג קילאמעטער, ער איז אנגעקומען פלוצלונג ער האט פאר קיינעם נישט געמאלדן אז ער וויל זיך דארט באזעצן, ער האט דארט געדוגנען א דירה, געווען איז דאס זומער אין יאָר תק"ס. אבער די שטאט מענטשן האבן אים אויפגענומען זייער בכבוד. אויף ראש השנה שנת ה'תקס"א זענען געקומען אסאך חסידים, ווייל ר' נחמן האט זייער געפרעדיגט אז מען זאל קומען צו אים אויף ראש השנה, די שטאט מענטשן האבן פארבעטן ר' נחמן ער זאל קומען דאווענען אין שטאטישע שוהל, ווייל דארט איז דא א ברייט פלאץ, זיי האבן אים איבערגעגעבן אלע כיבודים, אלע בעלי תפלות און בעלי תוקעים אלעס זאל ר' נחמן מיט זיינע חסידים פיהרן, ר' נחמן האט געזאגט אויף ראש השנה די תורה ויתן עוז למלכו וירים קרן משיחו (די הפטורה פון דעם ערשטן טאג ראש השנה), די תורה איז געדרוקט אין ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ע"ח.

אין דעם שטאט זלאטיפאלי האט זיך צופלאקערט א מחלוקה אויף ר' נחמן, נעבן די שטאט איז געווען די שטאט שפאליא, ווי דער שפאליער זיידע איז געווען, עס איז געווען עטליכע מעשיות צווישן די צוויי רבי'ס, קודם זענען זיי געווען נאנטע חברים, אבער אזוי ווי ר' נחמן מיטן שפאליער זיידע זענען נישט דורך געקומען מיט אסאך זאכן האט זיך צופלאקרט א מחלוקה, גראד נאך סוכות איז דער שפאליער זיידע ארום געפארן צו אסאך רבי'ס אין דעם געגענט און האט פארלאנגט זיי זאלן מיט שטיין מיט אים קעגן ר' נחמן, אבער קיין איינער פון די רבי'ס פון אוקריינא איז נישט מיטגעשטאנען מיט אים, עס ווערט דערמאנט אין חיי מוהר"ן (סי' קי"ד) אז די גרויסע רביים אין יענע צייט האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פון ר' נחמן, זיי האבן נישט דערלאזט אז דער שפאליער זיידע זאל זיך קרוגן מיט אים, אזוי שטייט אויך אין אנדערע ספרים.

פון די רבי'ס וואס האבן זיך גאר שטארק געשטעלט אויף די זייט פון ר' נחמן איז געווען דער בעל התניא (אזוי שטייט אין בית רבי), דער בארדישטשובער רב ר' לוי יצחק מבארדיטשוב, ר' יעקב שמשון משיפטובקא דער איידעם פון דעם תולדות יעקב יוסף. אבער אסאך מענשטן אין דעם שטעטל זלאטיפאלי האבן זיך געשטעלט אויף די זייט פונעם שפאליער זיידע, ר' נחמן האט אין יענע צייט אויסגעארבייט א וועג פאר זיינע תלמידים וויאזוי זיי זאלן זיך דערהאלטן און זיך שטארקן אפילו מען קריגט אויף זיי. אין יענע צייט זענען דערנענטערט געווארן גרויסע תלמידים און ריזין לייבן צו ר' נחמן זיי זענען געווארן זיינע חסידים ווי די קינדער פון טירהוויצער מגיד, ר' יצחק דער איידם פון טיהרוויצער מגיד, ר' יצחק אייזיק דער תלמיד פון ר' נחמן מברסלב, און נאך.

עס זענען געקומען בריוו פון די גרויסע רביים אין אוקריינא אויף די זייט פון ר' נחמן פון ר' גדליה מליניץ, ר' ברוך ממזעבוז, ר' אברהם מקאליסק פון ארץ ישראל.

  • מחלוקת אויף א מענטש איז אים א טובה

ר' נחמן האט דאן געשטארקט זיינע חסידים און האט צו זיין געזאגט, איך מוז זיצן דא אין זלאטיפאלי צו פארעכטן די עבירה פון ירבעם בן נבט, איך זאלט וויסן אז עס איז מיר א גוטע זאך ווען מען קריגט אויף מיר, ווייל עס שטייט אין גמרא אז קרוגעריי איז אזוי ווי וואסער (סנהדרין ז.), אזוי ווי וואסער הייבט אויף א זאך, אזוי מחלוקת הייבט מיך אויף, און אזוי ווי איך ווער דערהויבן יעדן מינוט ווייל איך גיי פון א מעלה צום צווייטן יעדע רגע, דעריבער וויל איך מחלוקת צו ווערן דערהויבן דערמיט, איך זאלט וויסן אז איך קען מאכן שלום מיט מיינע שונאים אין איין מינוט קיינער וועט נישט קרוגע אויף מיר, אבער איהר זאלט וויסן עס איז דא מדריגות און מעלות וואס קומט ארויס דוקוא דורך מחלוקת, ווען יענער קריגט איז עס א טובה פאר מיר, א מענטש איז ווי א ביימל ווי עס שטייט כי האדם עץ השדה, ווי מער וואסער מען גיסט אויפן ביימל אלס בעסער וואקסט עס, ווי מער מחלוקת מען קרוגיט אויף מיר אלס בעסער וואקס איך, עס זענען געווען צדיקים וואס האבן פרויבירט צו מאכן שלום צווישן זיי, אבער אייביג איז צוריק געווארן די מחלוקת.

ר' נחמן רעדט אסאך ארום אין זיינע ספרים וואס פאר א גוטע זאך עס קומט ארויס אויף א מענטש ווען מען קרוגט אויף אים, ספעציעל ווען מען פארשעמט אים און ער ענטפערט נישט צוריק, ער לאזט יענעם זיין גרעגעט און זיך קריגן, ער רופט עס אהן "שישמע בזיונו ידום וישתוק" (ח"א סי' ו') מען הערט ווי מען קרוגט אויף אים מען פארשעמט אים און ער שווייגט, אין א פלאץ זאגט ער מען זאל זיין ווי דער ערד, ונפשי כעפר לכל תהיה, אזוי ווי דער ערד מען טרעט אויף אים מען פארשעמט אים, דאך גוט זיך ארויס גוטע זיסע עסן פארן מענשט אזוי דארף יעדער נאכגעבן זיינע מתנגדים.

כאטש עס איז געווען א גרויסע פייער פון קריגעריי אויף ר' נחמן, האט ער זיך נישט דערפון דערשראקן, אויך זיינע צוגעבונדענע חסידים און תלמידים זענען געבליבן שטארק געבונדן צו אים, זיי פלעגן פארן צו אים קיין זלאטיפאלי אויף די באשטימטע צייטן אויף שבועות, ראש השנה, שבת חנוכה, און ר' נחמן האט געזאגט אינטרעסאנטע תורות דאן {געדרוקט אין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ב', וסי' ד' וסי' ט"ו, סי' ל"ה, וסי' רמ"א, ח"ב סי' ס"ב, ושיחות הר"ן סי' צ"ו, ועוד).

אין זלאטיפאלי אין יאר תקס"א שבועות האט ר' נחמן געזאגט די וואונדערליכע תורה וואס איז געדרוקט אין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ד', און האט אויך פארציילט א אינטערעסאנטע מעשה וואס האט א שייכות צום ענין פון זאגן ווידוי דברים פארן צדיק וואו עס שטייט און סוף פונעם ספר חיי מוהר"ן. פון דאן און ווייטער פלעגן אסאך ברסלעבער חסידים זאגן ווידוי און פארציילן זייערע עבירות פאר ר' נחמן, ר' נחמן האט זיי געגעבן תיקונים און זיי געזאגט פונקטליך וויאזוי יעדער עקסעטר זאל זיך פיהרן לויט זיינע עבירות און שלעכטע מעשים, די וועלט האט דאן אנגעהובין צו רופן די ברעסלע חסידים "די וויודי'ניקעס", און אין יענע צייט און דורך די הנהגה פון זאגן ווידוי פאר ר' נחמן איז דערנענטערעט געווארן צו אים נאך א תלמיד ר' יצחק דער איידעם פון טירהוויצער מגיד.

אין דער צייט וואס ר' נחמן איז געווען אין זלאטיפאלי האט ער געזאגט ראש השנה שנת ה'תקס"ב די תורה אין ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ל"ה, סוכות האט ער געזאגט ח"א סי' ל"ג, שבט האט ער געזאגט ח"א סי' ל"ח. נאך פסח האט ער מגלה געווען די וואונדערליכע מעשה פון דעם ברויט און פונעם פאנצער וואס דערין איז מרומז דעם ענין פון זיין תיקון הכללי, די מעשה פונעם פאנצער איז נישט געדרוקט וויבאלד ר' נחמן האט דאן געזאגט אז מען זאל עס נישט פארציילן, אינעם לעצטען דור איז עס געדרוקט געווארן אין שו"ת אשר בנחל.

סוף פון יאר ה'תקס"ב איז ר' נחמן ארויס פון זלאטיפאלי, ער האט דאן געזאגט אזוי: "דא אין שטאט זאלטיפולי האב איך געליטן צוויי מאל גיהנם, ווייל רשעים זענען אין גיהנם צוועלף חדשים (עדיות) און איך האב דא געליטן פיר און צוואנציג חדשים, ביז היינט איז געווען בדד ישב מחוץ למחנה מושבו, היינט קום איך אריין, אצינד הייבט אן השי"ת גוט טון מיט מיר".

אויפן וועג פון זלאטיפאלי קיין בראסלעוו איז ער דורך געפארן די שטאט אומאן. און האט דארט געזאגט זיין באגער אז ער וויל דארטן ליגן נאך זיין הסתלקות.

ברסלב[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער צדיק ר' ברוך ממזעבוז איז געווען א פעטער פון ר' נחמן, עס האט אים זייער וויי געטוהן פאר וואס מען רודפ'ט זיין שוועסער קינד ר' נחמן, האט ער געשריבן בריוו צו די רייכע לייט פון ברסלב, אברהם פייעס און משה חינקיס, און זיי פארגעשלאגן זיי זאלן רופען צו זיך אין זייער שטאט דעם צדיק ר' נחמן, זיי זענען ארובער געגאנגען צו ר' נחמן און אים פארבעטן צו קומען וואוינען קיין ברסלב, משה חינקיס האט צוגעזאגט צו געבן פאר ר' נחמן יעדער וואך א רענדל, אזוי איז טאקע געווען ר' נחמן האט זיך געצויגן פון זלאטיפאלי קיין ברסלב.

אין יאר ה'תקס"ב האט ער זיך געצויגן קיין בראסלעוו. דארט האט ער דערקלערט - היינט האבן מיר געפלאנצן דעם נאמען פון ברסלב'ער חסידים.

אומאן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין תק"ע האט אויסגעבראכן א פייער און חרוב געמאכט ר' נחמן'ס הויז. אידן אין אומאן האבן אים געלאדענט צו קומען דארט וואוינען, און נישט לאנג דערנאך איז ער דארט נסתלק געווארן זייענדיג שווער קראנק. מען האט אים באערדיגט אין אומאן.

זיין דרך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • זיין וועג מיט זיינע חסידים

ר' נחמן איז געווען א אייגענארטיגע רבי, אנדערש ווי אנדערע רביים אין זיינער צייט, איינע פון די זאכן איז געווען אז ער פלעגט ארום רעדן זייער אסאך פון עבודת ה', וויאזוי צו דינען השי"ת, וויאזוי אנטלויפן פון דער וועלט, און אז עס איז נישט דא קיין אנדער תכלית נאר עבודת ה', חוץ דעם איז אלעס נארישקייטן, הבל הבלים, דערמיט האט ער ארייןגעצויגן אין זיינע חסידים א פייער און א גלוסטעניש צו השי"ת מען זאל אלעס אפלאזן נאר נאכלויפן דעם אייבערשטן.

ווען איינער פון זיינע תלמידים איז געקומען און געבעטן דעם רבי'ן זאל מתפלל זיין פאר אים אויף פרנסה, פלעגט ר' נחמן זאגן: איך ווייס נישט ווי איהר האט א הארץ מיט צו מישן מיט אזעלכע זאכן ווי פרנסה, איך בין פארנומען מיט זייער וויכטיגע זאכן, ווייל ביי אייך אין הארץ איז א מדבר שממה, עס איז דארט וויסט די שכינה און דער קדושה איז נישט דארט, איך פלאג זיך איך טרעפ וועגן וויאזוי צו גרייטן אייערע מוחות און אייערע הערצער עס זאל דארט ווערן א וואונג פאר די שכינה, וויפיל דארף איך זיך פלאגן דערצו, און איהר קומט מיך פארדרייען די קאפ מיט די זאכן ?.

ר' נחמן פלעגט אייביג רעדן בלויז פון עבודת ה', דער סדר ביי זיינע פארברעגנן איז געווען אז מען האט אים פארציילט אלע סארט נייעס וואס עס טיט זיך אויף דער וועלט, ר' נחמן פלעגט אייביג פרעגן: וואס איז עפעס נייעס, פארציילט מיר, די חסידים האבן פארציילט אלעס וואס זיי ווייסן, אפילו די פאליטיק צווישן גרויסע קעניגרייכען און מלחמות אויף דער ווועלט אלעס האט מען פארציילט פאר ר' נחמן, ר' נחמן האט דאס אויסגעהערט און דערפון געמאכט א שמועס פון עבודת ה', ביז אלע סארט שמועסן איז דערפון געווארן א וועג וויאזוי מען דארף דינען השי"ת.

  • חומרות יתירות

ר' נחמן האט נישט געהאלטן פון חומרות יתירות דאס הייסט מחמיר זיין מער ווי די הלכה פארלאנגט, ער פלעגט חזר'ן דעם מאמר וחי בהם ולא שימות בהם, די תורה איז געגעבן מען זאל לעבן נישט מען זאל זיך פייניגען און שטארבן דערמיט, ער האט פארציילט אז אין זיינע יונגעט יאָרן פלעגט ער זייער מחמיר זיין, ספעציעל אויף פסח האט ער געהאט פארשידענע חומרות, איינמאהל האט ער געוואלט שעפן וואסער אויף א גאנץ פסח, ווייל ער האט חושש געווען אז מען ווארפט אריין ברויט אין די ברינעם און עס וועט אים אויסקומען צו עסן חמץ, אזוי ווייט אז ער האט געוואלט אוועק פארן ווי מען קען טרעפן א ריינעם קוואל און דארט זיין אויף פסח. אבער צום סוף האט ער זייער גע'חוזק'ט פון די וואס זענען מחמיר (ליקו"מ ח"ב סי' מ"ד, שיחות הר"ן סי' רל"ה. אויך וועט עס ברענט א פייער אין שבת, האט ר' נחמן געזאגט מען דארף זייער מקיל זיין, אויב מען טרעפט איין פוסק וואס די הלכה בלייבט ווי אים און איז מקיל, דארף מען מקיל זיין (חיי מוהר"ן). אויך האט ער נישט געהאלטן די וואס זענען מחמיר אין נקיות, זיי זיצען אין בית הכבוד ביז זיי האלטן זיי זענען אינגאנצען ריין, זיי קענען קומען צו סכנה רח"ל (שיחות הר"ן).

  • ראש השנה ביים צדיק

ביי ר' נחמן פארנעמט זייער א גרויסע ארט צו זיין ביי אים אויף ראש השנה, אין זיינע ספרים ליקוטי מוהר"ן איז געדרוקט אהנע שיער מאהל תורות און מאמרים וואס ער האט ארום גערעדט צו זיין ביים צדיק אויף ראש השנה, (זעה ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ס"א, וסי' רי"א, וח"ב סי' ה' וסי' מ').

אין אין שיחות הר"ן און אין זיינע ספרים חיי מוהר"ן האט ער דערפון אסאך גערעדט, ער האט געזאגט צו קומען צו מיר אויף ראש השנה איז א גרויסע חידוש, דאס האב איך נישט מקובל פון מיינע גרויסע עלטערן (דער בעל שם טוב און ר' נחמן פון הארידענקא) נאר השי"ת האט דאס מיר געגעבן א מתנה, איך ווייס וואס ראש השנה איז, די גאנצע וועלט ווענדט זיך אין מיין ראש השנה.

דער סדר פון ראש השנה ביי ר' נחמן איז געווען אז די ערשטע נאכט ראש השנה פלעגט ער זייער לאנג דאווענען שמונה עשרה,

עס איז אנגענומען צווישן די ברסלבער חסידים, אז ר' נחמן האט משיג געווען דעם ענין פון קומען צו אים אויף ראש השנה, אין יאָר ה'תקנ"ח, ווען ער איז אנגעקומען אויף חיפה אין ארץ ישראל, געווען איז דאס פונקט ערב ראש השנה, אין די ערשטע מעריב אין ארץ ישראל האט ער געדאוונעט ראש השנה.

זיין הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיינע אינטרעסאנטע נסיעות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין הויזגעזינט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן האט חתונה געהאט ביי די דרייצן יאָר מיט זיין ווייב סאשיא,

שנת ה'תקמ"ז ניין יאָר נאך דער חתונה איז אים געבוירן געווארן זיין עלטסע טאכטער אדל, זי האט געהייסן אדל נאך איר באבע, די מאמע פון פייגא. אין יאָר ה'תק"ן איז געבוירן געווארן זיין צווייטע טאכטער שרה. אין יאָר ה'תקנ"א איז געבוירן געווארן זיין דריטע טאכטער מרים. עס איז וואס זאגן אז זי האט געהייסן מרים נאך איר באבע (איר מאמעס מאמע וואס האט געהייסן מרים).‏[4] נאכדעם איז געבוירן פייגא, אבער זי איז אוועק יונגערהייט. זיין יונגסטע טאכטער איז געווען חיה.

זיינע צוויי זין שלמה אפרים און יעקב זענען אוועק יונגערהייט.[5]

זיינע תלמידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דוב חיה'לעס, שמעון תלמיד ר' נחמן מברסלב, יקותיאל לאנדא מטירהאוויצא, ר' יודל ממעדווידעווקא, ר' שמואל אייזיק דאשיעווער, ר' נפתלי מנעמרוב, ר' יצחק מחארשיוואטע, ר' אהרן דער רב פון ברסלב, ר' צבי מטשעהרין א שוואגער פון ר נחמן, ר' יחיאל ב"ר שמחה א ברודער פון רבי נחמן, ר' גרשון איינקיל פון טירהאוויצער מגיד, ר' יצחק איידעם פון טירהרוויצער מגיד, ר' ליפא מנעמרוב, ר' נתנאל פון טעפליק, ר' דוב פון טשעהרין, ר' שמואל אייזיק ממדעווידעווקא, ר' יצחק אייזיק, ר' חייקיל חזן,


זיין געבונדענקייט מיט זיינע תלמידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס געבונדענקייט פון די תלמידים צו אים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין נאנטקייט מיט צדיקים פון זיין דור[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען ר' נחמן איז געווען א קינד פון פיר - פינף יאר, זענען געווען ביי אים אין שטוב עטליכע צדיקים תלמידים פון בעל שם טוב, פון דארט זענען זיי געפארן צום תולדות, ער האט געוואלט מיטפארן מיט זיי זען דעם תולדות, זיי האבן נישט געוואלט אים מיטנעמען וויבאלד ער איז געווען א קינד, זיי האבן געפרעגט ווער וועט האבן אויף אים א השגחה?, אבער דער ווילן פון דעם קליין קינד איז געווען שטארק ווי אייזן, ער האט נישט נאכגעלאזט און געמוטשעט מען זאל אים יא נעמען, זענדיג אז עס וועט נישט גיין מיט גוטן, האט דער קליינער נחמן ארייגעלייגט זיין פיסל אינעם ראד פונעם וואגן וואו די צדיקים זענען געזעסן און געזאגט ער וועט זיך נישט רירן פון דאנען ביז מען וועט אים מיטנעמען. צווישן די צדיקים איז געווען הצדיק ר' חיים קראסנער און האט געזען דאס עקשנות פונעם קינד, האט ער דאס זייער באוואונדערט, און האט געזאגט איך נעם זיך אונטער האלטן א אויג אויפן קליינעם, און האט אים מיטגענומען.

ר' נחמן האט שפעטער מחזיק טובה געווען פאר דעם צדיק ר' חיים, אז צוליב אים האט ער זוכה געווען צו זען דעם תולדות יעקב יוסף.

  • רבי מרדכי מנעסכיז
  • רבי אברהם קאליסקער, זעה אויבן ביי זיין נסיעה קיין ארץ ישראל.
  • רבי אריה לייב מוואלטשיסק (אויך זיין מחותן)
  • ר' גדליה מליניץ

מחלוקת[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

מחלוקת אויף ברסלב'ער חסידים איז געווען אלע דורות, ביי די ברסלבער זענען דא ספעציעלע תורות און מאמרים צוליב מחלוקת, עס איז ממש א חלק פון זייער חסידות, אז מען קריגט אויף זיי און זיי לעבן איבער, עס ווערט פארציילט אז בשעת די ברית פון ר' נחמן איז אנוועזנד געווען זיין פעטער ר' ברוך ממזעבוז, האט אים זיין שוועסטער פיגא די מאמע פון ר' נחמן געבעטן וואונטש אן מען זאל נישט קריגן אויף אים, האט ר' ברוך געזאגט פיגעלע דאס קען נישט זיין, עס איז פאר פאלן מען מוז רקיגן אויף אים.

דער שפאלער זיידע האט געפירט קעגן ר' נחמן א פייערליכער מערכה, און פראבירט צו פועל'ן ביי אנדערע צדיקים אז זיי זאלן אויף אים לייגן א חרם. דער בערדיטשאווער רב האט עס אבער נישט צוגעלאזט און שטענדיג זיך אנגענומען פאר ר' נחמן'ען.

זעה אובן באשריבן אין די שטאט זלאטיפאלי

ברסלב היינט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זעה ליקוטי מוהר"ן סיפורי מעשיות

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. זעט אין ספר "כוכבי אור" פון ר' אברהם ב"ר נחמן חלק שיחות וסיפורים אז אינעם לעצטן יאר פאר זיין הסתלקות זענען געקומען צו אים אויף ראש השנה טויזנט אידן
  2. זעט אויך ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' ע"ב
  3. זעט אויך ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' נ"ז ע"י אכילה דקדושה מתנוצצים בו אורות האבות
  4. פעולות הצדיק אות קכ"ב
  5. יצחק אלפסי תורת החסידות (דף 44) מוסד הרב קוק, ירושלים, תשס"ז