התבודדות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
א ברסלבער חסיד מאכט התבודדות אין א וואלד אין ירושלים

התבודדות איז אזא ריטואל אז מען גייט אין א ליידיגן עלנדן פלאץ ווי א וואלד אדער א מדבר, ווייט אוועק פון אנדערע מענטשן און מען מאכט א חשבון הנפש צו גאט, מען רעדט צו גאט, און מען טראכט צו זיך אליינס איבער די עבירות און תשובה פארנעמעונגען מיט וידוי לויט די פערזענהליכער וואונטש.

אייגענטליך איז התבודדות צוטיילט אין צוויי חלקים, איינס איז דער התבודדות וואס דער שפיץ איז "התבוננות", דאס הייסט מען זאל צוקומען צו טיעפע ענינים פון מחשבה, וואס מען קען דערצו נישט צוקומען נאר אויב מען אנטלויפט פון מענשטן און מען טיילט זיך אפ פון זיי. דאס איז בדרך כלל די כוונה ווען מען זעהט די ווארט אין אמאליגע מוסר ספרים. דער צווייטער חלק איז התבודדות וואס דער שפיץ איז תפלה ותחנונים, מען זאל מתפלל זיין צו גאט, וואס מען קען נישט מתפלל זיין צו גאט מיט די ריכטיגע דביקות נאר אויב מען אנטלויפט פון מענטשן און מען טיילט זיך פון זיי אפ. און דאס ווערט בדרך כלל פראטקיצירט ביי ברסלבער חסידים.

התבודדות ווערט דערמאנט אין אסאך ספרים פון אמאל, די ערשטע ספרים דערמאנען אז אסאך פירושים, אסיום (דאס איז איינע פון די כתות פון כלל ישראל וואס התבודדות און אפגעזונדערקייט איז געווען זיין הויפט ציל, ווערט דערמאנט אין ספר יוסיפון און אין אנדערע ערשטע ספרים, זיין האבן געגריקט סיי מיט די פירושים און סיי מיט די צדוקים), און אויך פילוזאפים פלעגן אסאך גיין אליין, אין מדבריות, וועלדער פעלדער, זיין אפגעזונדער פון דער וועלט און זיך קאנצעטרירען אויף מחשבה און הויכע ענינים.

אזוי ווערט עס דערמאנט אין מורה נבוכים און אין חובת הלבבות, אויך שפעטער ביי די חסידים ווערט התבודדות דערמאנט אלס א מיטל ווי אזוי דערנענטער ווערן צו השי"ת, ווי דער נועם אלימלך אין זיין צעטיל קטן, רבי צבי מזידוטושב אין זיין ספר סור מרע ועשה טוב.


התבודדות ביי ברעסלעווער חסידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס ווערט פראקטיצירט הויפטזעכליך צווישן ברסלבער חסידים

כדי צו האבן א שטיקל באגריף וואס די ברסלעבער חסידים זענען עוסק אין דער צייט וואס זיי מאכן התבודדות וועלן מיר דאס אויסשרייבן, גענומען פון זייערע ספרים.

ר' נחמן מברסלב[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז באקאנט די ווערט פון ר' נחמן (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' כ"ה) התבודדות הוא מעלה גדולה ועליונה מן הכל התבודדות איז דער גרעסטער מעלה העכער אלעס, ר' נחמן האט געזאגט מקטן ועד גדול אי אפשר להיות איש ישראלי באמת כי אם על ידי התבודוות פון קליין ביז גרויס מען קען נישט זיין א אמת'ער יוד נאר דורך התבודדות.

ווען ר' נחמן מברסלב איז אלט געווען זעקס יאהר איז אים אריין קין קאפ זיך אפשיידן פון דער גלוסטיקייטן פון דער וולעט, און ווערן דערנענטערט צו השי"ת, ער האט אנגעהויבן צו רעדן צו השי"ת אזוי ווי א קינד טענה'ט זיך אויס מיט זיין טאטע, ער האט געבעטן, געוויינט, געמאנט, ער וויל זיין א עהרליכער איד, ער האט גע'טענה'ט מיט השי"ת ווי מען טענה'ט זיך מיט א גוטן חבר פארוואס בין איך נישט קיין עהרליכער איד ? פארוואס שטארקט זיך אויף מיר מיין יצהר הרע ?.

אנפאננג איז אים שווער געווען אפילו צו זיצען אליין א שטיק צייט, אבער ער האט זיך דאס אויסגעלענרט, ער פלעגט זאגן פאר זיינע חסידים: איך האב זייער געהארעווט. ער פלעגט טראכטן איך האב נאר דעם יעצטיגן טאג, נישט נעכטן נישט מארגן נאר היינט, און אזוי האט ער געקענט רייסען שטיקר פון זיך.

ר' נחמן האט פארציילט אז אין זיין יוגענט איז ער געווען אזוי שטארק אריינגעטוהן אין דעם ענין פון רעדן צו השי"ת, אז אפילו ווען ער האט געבענטש האט ער נאכן בענטשן אויך גערעדט צו השי"ת אויף אידיש, ער האט אים געלויבט און געדאקנט אויף די גוטע עסן וואס ער האט געגריגן, ער האט ארויסגעזאגט: איך לויב דיך פאר די גוטע ברוינפען פאר די גוטע קוכען, פאר פארשפייז, און פאר די גאנצע סעודה.

ר' נחמן האט געמאכט התבודדות זיין גאנץ לעבן, ער האט אייביג געטועהן תפלה צו השי"ת, אפילו אויף דער עלטער ווען ער איז שוין געווען א גרויסער רבי פון הונדערטער חסידים האט מען אים געזעהן אסאך וויינען און מאכן התבודדות, די ערד ארום אים פלעגט זיין נאס פון טרערן, אמאל סוכות ווען ער האט ארום גענומען די בלעמער מיט די לולב האט זיך געגאסן א טייך וואסער ארום די בימה צוליב זיינע טרעטרן. אמאל האט ער געגעבן א טלית פאר זיין גרויסען תלמיד ר' יודל ממעדווידעווקא האט ער אים געזאגט זאלסט מכבד זיין די טלית ווייל אזופיל האר עס איז דא אין דעם טלית אזויפיל טרערן האב איך פארגאסן צו וויסען וואס איז דאס א טלית.

ר' נחמן האט געזאגט אז אלעס השגות און חכמות וואס ער האט זוכה געווען איז געקומען בלויז ווייל ער האט געמאכט התבודדות, ער האט אסאך געוויינט, בתמימות ובפשיטות, אויך האט ער געזאגט אז ווער עס וועט אים נאכמאכן און מאכן התבודדות אלע טאג און וועט זיין א עקשן אין תפלה וועט זוכה זיין צו אלעס וואס ער דארף צוקומען.

ער פלעגט אסאך רעדן אז מען זאל מאכן התבודדות און טועהן תפלה צו גאט, ער האט געזאגט ווי מער תמימות און פשטות דער מענטש האט אלץ מער קען ער רעדן צו השי"ת, ער האט עס גערופען "פראסטיק" און פלעגט בענקן און זאגט איי פראטסיק ווי איז מען זוכה צו פראסטיק.

ער פלעגט פארברענגט דערמיט אסאך שעה'ן, זיין סדר איז געווען ער האט זיך אויפגעזיכט א פלאץ ווי מענטשטן דרייען זיך נישט, דהיינו אין זיין טאטע'נס הויז איז געוען א בוידם וואס מען האט דארט געהאלטן שטרוי, האט ער זיך דארט באהאלטן מיט א תהלים'ל און האט האט דערמיט געשריגן צו השי"ת ער זאל זוכה זיין מקורב ווערן צו השי"ת. ער פלעגט אזוי רעדן צו השי"ת שעה'ן און טעג.

עס האט זיך אים אסאך געדוכט אז מען הערט אים נישט צו, מען וויל פון הימל ער זאל נישט זיין קיין עהרליכער איד, פארקערט גאר ער האט געהאט ראיות אז פון הימל דערווייטערט מען אים מיט אלע סארט וועגן, מען דארף אים נישט, ער האט געזעהן ווי עס גייט אריבער אסאך צייט און ער האט נאך נישט זוכה געווען צו דערנענטערט ווערן צו השי"ת, דאך האט ער זיך געשטארקט און געבעטן פון השי"ת.

ר' נחמן האט אמאל געזאגט ווען א מענטש פאלט אריין אין בלאטע, דער יצר הרע האט זיך געשטארקט אויף אים ער איז דורך געפאלן א עבירה, דארף ער שרייען און שרייען, ביז השי"ת וועט אים העלפן. ער האט זיך אמאל אויסגעדרקיט דער עיקר איז מבטן שאול שוועתי, דאס הייסט אזוי ווי יונה האט געזאגט ווען ער איז געווען אין די פיש און האט געשפירט ער איז ביים שאול תחתיות האט ער געשריגן צו השי"ת פון די אפגערונט פונעם שאול שריי איך צו דיר.

ווען א יונגער מאן האט אמאל געפרעדט ר' נחמן וויאזוי ווערט מען א עהרליכער איד, האט אים ר' נחמן געזאגט יעדע נאכט פארן לייגן טראכט אריין וויאזוי איז אריבער דעם טאג, אויב איז עס געווען מיט הצלחה דאן לויב און דאנק השי"ת רעדט צו אים און זאג אים געלויבט ביזטו פאר דעם גוטען טאג, העלף מיר אויף ווייטער מארגען זאל ווייטער זיין גוט, אויב איז געווען א נישט גוטער טאג דאן מאן דיר א חשבון היתכן מיינע טעג גייען אריבער מיט גארנישט וואס וועט אויסוואקסן פון מיר ביזה השי"ת וועט דיר העלפן.

איינער האט אמאל געפרעגט ר' נחמן וויאזוי ווערט מען א פיינער איד זאגט אים ר' נחמן זאלסט לערנען תורה, זאגט ער אים אין קען נישט לערנען, זאגט אים ר' נחמן טא זיי מתפלל און מאך התבודדות בעט זיך אויס פון השי"ת זאלסט קענען און פארשטיין תורה, געדענקט דורך תפלה קומט מען אהן צו אלעס גוט'ס צו קדושה, צו תורה צו אלעס גוטס פון אלע וועלטן (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' קי"א).


רעדן מיטן מאמע לשון דווקא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אייגענטליך ווערט תפלה און התבודדות דערמאנט אין אלע ספרים, אבער ר' נחמן מברסלב האט געמאכט דערפון א גרויסער עיקר, ער האט געזאגט מען זאל זיך געוויינען רעדן צו השי"ת מיט דעם מאמע לשון דווקא, ווייל דער מאמע לשון איז נענטער צום נפש ווי א מענטש, דאס איז זיין מאמע לשון, און ער ווערט נתעורר און דערנענטער צו השי"ת דערמיט.

נאך אין די ערשטע יאהרן פון ר' נחמן ווען ער איז געווען א קינד האט זיך אזוי געפירט, אזוי נאכדעם וואס ער האט געגעסן און געבענטשן ברכת המזון האט ער גערדעט צו השי"ת אין אידיש דווקא, ער האט אים געלויבט אויף אידיש און געזאגט איך לויב דיר אז די האסט מיר געגעבן צו עסן און צו טרינקן, און האט אויסגערעכנט אלע זאכן וואס ער האט געגעבן ביי דער סעודה.

דאס אלעס איז געווען די נייער שיטה און וועג פון ר' נחמן אז יעדער מענטש זאל זיך געוויינען צו רעדן צו השי"ת אויף זיין מאמע לשון, אין זיין פאל איז עס געווען אידיש.

גיין אין פעלד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען ר' נחמן האט גערעדט אז מען זאל מאכן התבודדות האט ער געזאגט אז דער עיקר התבודדות איז צו גיין אין פעלד, און אזוי ווערט געברענגט אין ליקוטי מוהר"ן (ח"א סי' נ"ב) אז דאס שלימות פון התבודדות איז צו גיין אין א פעלד, זיך אויסרעדן פאר השי"ת אלעס וואס עס קוועטש אים, ער שטייט דארט אז התבודדות איז צו גיין אין א פעלד דארט ווי מענטשן דרייען זיך נישט קיינמאהל, דאס הייסט מען זאל גיין אין אזא פעלד אינמיטן נאכט, דארט ווי א מענטש דרייט זיך נישט אפילו בייטאג, ווייל אויב סתם מענטשן דרייען זיך דארט, ווערט שוין די לופט נישט ריין, און דער וואס עס וויל זיך אפזונדערן פון דער וועלט וועט עס אים זיין שווער.

אין יאהר ה'תקס"ב נאך שבועות האט ר' נחמן געשיקט זיין טאכטער שרה די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב זי זאל רופען א מענטש און אים געזאגט קום לאמיר גיין שפאצירן, ר' נחמן איז דאן געגאנגען אין פעלד מיט זיין תלמיד און אים געזאגט אויב די וואלסט ווען צוגעהערט וויאזוי יעדער גראז עקסטער לויבט און גיט א שירה פאר השי"ת, זי זינגט צו השי"ת אהן קיין פנויות און זייטיגע מחשבות, ווייל זי ווארט נישט אויף קיין שכר, עס איז זייער גוט צו זיין פרום צווישן זיי, דערמיט האט ר' נחמן געוואלט לערנען זיין נייער וועג מען זאל מאכן התבודדות און זיך אויסשרייען צו השי"ת, ר' נחמן איז דעמאלטס געגאנגען מיט זיין תלמיד צו א הייל אויסער די שטאט ר' נחמן האט גענומען א שערי ציון און זיך געזעצט מתפלל זיין, ער האט געוויינט און געשריגן צו השי"ת אסאך שעות, ביז עס איז געווארן פארנאכט און זיי זענען אהיים געגאנגען.

ר' נתן מברסלב[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אנדערע ברסלבער חסידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' נחמן האט אויסגעלערנט אלע זיינע תלמידים און נאכפאלגער'ס זאלן מאכן התבודדות און בעטן פון השי"ת.

ער האט געהאט א תלמיד ר' שמואל אייזיק מדאשיב פאר אים האט ער עקסטער אויסגעלערנט וויאזוי צו מאכן התבודדות.