רעדן:התבודדות

תוכן הדף אינו נתמך בשפות אחרות.
פֿון װיקיפּעדיע

דער בילד האט קיין שום הסבר נישט,


די בילד שייכות צום ארטיקל?[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

sure it does this article is about solitute and all the wikis have this pic dont erase the comunitys will. This an historic picture by one of the most faimos drewings in history how somebody makes this ritiul--שמחת החיים 18:28, 6 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]


דער בילד האט קיין שייכות צום צו התבודדות, דער בילד ווייזט א מרה שחורה פרוי, ווי קומט עס צו התבודדות ? אייגענטליך ווערט אין ערגץ נישט דערמאנט אז התבודדות האט א שייכות צו פרויען, אין אלע ספרים וואס ווערט דא פארצייכנט שטייט א א מאן דארף מאכן התבודדות.

התבודדות איז נישט קיין מרה שחורה און נאכגעלאזגייט, התבודדות קומט פון שמחה און פרייליכקייט, תפלה צו גאט קען נאר זיין דורך שמחה ווי עס שטייט אין גמרא מס' ברכות און אין שו"ע הל' תפלה אין עומדים להתפלל אלא מתוך שמחה של מצוה.

אויך זיך מאכן א חשבון הנפש קען נישט קומען דורך מרה שחורה, וואס דאס מאכט אז דער מוח זאל נישט טראכטען נארמאל איבעקטיוו, א מרה שחורה'ניק וויל אז דער וועלט זאל ווערן אויס, ער שפירט אלעס גייט איהם שלעכט, ער קען דאן נישט טראכטן גראד. דער בילד האט קיין שייכות צום ארטיקל.--יודישער שרייבער 14:52, 8 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]


  1. התבדדות איז נישט נאר פאר מענער.
  2. און איז התבדדות האט גארנישט מיט מרה שחורה צו שמחה אדער סיי וואסערע אנדערע געפיל דאס האט בלויז מיטן זיין אפגעטיילט פון געזעלשאפט און זיך דורכטראכטן און דורכרעדן מיט זיך אליין'ס. טייל ווערן דערפון משוגע טייל וערן דערופן נארמאל. רוב ווערן אבער יא מרה שחורה פון זיין אליין'ס.--כייעם 15:45, 9 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
  1. אמת התבודדות איז טאקע נישט נאר פאר מענער, עס איז פונקט אזוי פאר פרויען ווי פאר מענער, אבער ווען מען וויל כארקטעזירין התבודדות קומט עס נישט א פרוי מיט נאקעטע ערמעל, איהר האר. מיט א דינע קלייד, דאס קומט אין א פלאץ פון א שיין בילד, אבער נישט דא.
  1. עס האט נישט קיין שום מקור אז מען ווערט דערפון מרה שחורה, לייגט ביטע א מקור דערצו איהר וועט נישט טרעפן, אויך איז נישט דא קיין מקור אז מען ווערט מרה שחורה פון זיין אליינס, דאס איז ארויסגעצויגן פון איינעם פינגער, אבער עס שטימט נישט מיטן פאקט.
  1. איך בין נאכאמאל דורכגעפאלן, איך האב נישט געוואסט אז יודל ארבייט דא, ווען איך ווייס שטיי איך ווייט פון דעם יונג--יודישער שרייבער 17:48, 9 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
לייג אריין אין דיין באנוצער-הויפט-זייט דעם לינקל וועסטו קיינמאל ניט דורכפאלן. ►רוני◄ 17:55, 9 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

if the english wiki has this pic why should not we?!--פרייהייט 15:03, 10 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

ברסלב נישט בראצלעוו[רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

פולישער וואס פאלט דיר ביי בראצלעוו ?, פון וואו נעמסטו דאס ווארט, עס קומט ברסלב--יודישער שרייבער 16:31, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]

פון יידיש גראמאטיק פונקט איז פוילישער גערעכט, ווייל אזוי זעצט מען איבער א S, אבער בנוגע חסידות ברסלב, וויבאלד די אנגענומענע אויסדרוק אין ברסלב אליין איז ברעסלעוו דארף עס אזוי בלייבן עב איז טאקע אינטרעסאנט ווי אזוי האבן דאס די ברסלבער אין אומאן צי אין פוילן געשריבן ►רוני◄ 16:48, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]
ברסלב אזוי רופט עס דער גרויסער עקספערט אויף אלע ברעסלבער ענינים ר' נתן מברסלב, ער האט גערעדט אידיש און געלעבט מיט ברסלב, ער האט אויך געוואונט יאהרן לאנג דארט. אין גאנץ אוקריינא סיי חסידים פון ברסלב אין זייערע ביכער און ספרים, סיי מתנגדים פון ברסלב אין זייער ביכער און צעטליך, סיי סתם אידישע שרייבער און משכילים ווי אין דער שריפט לבנון, אויך שפעטער אין ארץ ישראל, פולין, אמעריקא, ווי מען האט געשריבן פון זיי אין דער גארער וועלט ווערט עס געשריבן ברסלב, נישט עפעס אנדערש. אן אויסנאם איז ביי די אונגארישע אידן אין לעצטען דור, וואס ביי זיי קען מען יא טרעפן אז זיי האבן דאס גערופען "בראסלוב" אבער "ברעסלעוו", דאס איז לכאורה צוליב דעם וואס זיי האבן נישט געוואוסט.

ר' נחמן זעלבסט האט עס אויך גערופען מיטן נאמן ברסלב, ער האט געזאגט אינטרעסאנטע רמזים אויף די ווארט ברסלב (זעה חיי מוהר"ן סי' של"ט). אויב גייט מען לויט די אידיש וואס מיר רעדן קומט עס ברסלב--יודישער שרייבער 17:17, 29 יולי 2007 (UTC)[ענטפֿער]