טשערנאבל
פֿון װיקיפּעדיע
טשערנאבל (אוקראיניש: Чорнобиль, רוסיש: Чернобыль) ) איז אמאל געווען א שטאט אין קיעווער אבלאסט, צפון אוקראינע, נישט ווייט פונעם גרענעץ מיט בעלארוס. צוליב דעם אומגליק מיטן קראפט פלאנט אין 1986 קענען מענטשן נישט וואוינען אין טשערנאבל. טשערנאבל איז ווייט 22 ק"מ צפון פון הארנסטייפל, 57 ק"מ דרום פון בראהין און 95 ק"מ צפון-מערב פון קיעוו. 51°16′N, 30°13′E
די שטאט איז געגרינדעט אין 1193. אין יאר תר"ס האבן געוואוינט אין טשערנאבל 5,526 יידן.[1]
אום 1566 איז טשערנאבל געגעבן געווארן צו פֿילאן קמיטאַ, א קאפיטאן אין דער פוילישער קעניגלעכער קאוואלעריע.[2]
הרה"צ מנחם נחום טווערסקי האט אויפגעשטעלט א הויף אין טשערנאבל אין די ה'ת"ק יארן.
אין אנהייב תרס"ו זענען געווען גרויסע פאגראמען און נאכאמאל אין ניסן תרע"ט זענען אסאך יידן געהרג'עט דורך די רוסישע נאציאנאליסן די שווארצע הונדערטער. אין תר"ף האט דער רבי'שער הויף פארלאזט טשערנאבל.
צווישן די יארן 1941-44 האבן די דייטשן אויסגעהרגעט די גאנצע יידישע געמיינדע פון טשערנאבל.[2]