רוסלענדישע אימפעריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פאן פון דער רוסלענדישער אימפעריע

די רוסלענדישע אימפעריע (אלטרוסישע שריפט: Россійская Имперія, מאדערנע שריפט: Российская Империя, ראסיסקאַיאַ אימפעריאַ) איז א שטאַט וואס האט עקזיסטירט פון 1721 ביז דער רוסישע רעוואלוציע אין 1917. זי איז געווען דער נאכפאלגער פון דער רוסישער צאר מלוכה און דער פארויסגייער פונעם סאוועטן פארבאנד. זי איז געווען איינע פון די גרעסטע אימפעריעס אין דער געשיכטע פון דער וועלט, נאר די בריטישע און מאנגאלישע אימפעריעס האבן באדעקט א גרעסערן שטח:אין 1866, האט זי זיך אנגעשפאנט פון מזרח אייראפע אריבער אזיע ביז אין צפון אמעריקע.

אין אנהייב פונעם 19טן יארהונדערט, איז רוסלאנד געווען דאס גרעסטע לאנד אין דער וועלט, ציענדיג פון דעם ארקטישן אקעאן אין צפון ביזן שווארצן ים אין דרום, פונעם באלטישן ים צו מערב ביזן פאציפישן אקעאן אין מזרח. זי האט געהאט 176.4 מיליאן סוביעקטן, די דריטע גרעסטע באפעלקערונג פון דער וועלט דעמאלסט, נאך קינג כינע און דער בריטישער אימפעריע.