מרים די טאכטער פון ר' נחמן מברסלב

פֿון װיקיפּעדיע

מרים איז געווען די דריטע טאכטער פון דעם צדיק און דער מנהיג פון ברעסלבער חסידים ר' נחמן מברסלב. זי איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תקנ"א. עס איז וואס זאגן אז זי האט געהייסן מרים נאך איר באבע איר מאמעס מאמע וואס האט געהייסן מרים (פעולות הצדיק אות קכ"ב).


איהר מאן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר ה'תקנ"ח ווען ר' נחמן איז געווען אין ארץ ישראל, האט ער זיך באגעגנט דארט מיט די חבורה פון דעם צדיק ר' מענדל מוויטעפסק, בראש פון דעם צדיק ר' אברהם מקאליסק,

דעמאלטס איז געקומען א שדכן און האט פארגעלייגט אז ר' נחמן'ס דריטע טאכטער מרים זאל ווערן א כלה מיט דעם זוהן פון הרב ר' משה דער זוהן פון ר' מענדל מוויטעפסק, ר' נחמן האט דערויך געענטפערט, נו אזא שידוך ווי קען מען עס אפזאגן, עס זעט אויס אז פון הימל וויל מען מיין טאכטער זאל זיין אין ארץ ישראל, מען האט פארשטאנען פון דער תשובה אז ר' נחמן איז מסכים, און מען האט תיכף געמאכט א גרויסע סעודה, אלע גרויסע חכמים און צדיקים פון שטאט זענען צוזאמען געקומען.

ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט שפעטער, איז דער חתן נאך יענעם יאהר נפטר געווארן, און דעריבער איז דער שידוך נישט צושטאנד געקומען.

אין יאהר ה'תק"ס האט ר' נחמן חתונה געמאכט אין חמעלניק זיין טאכטער אדל, אויפן וועג נאך דער חתונה האט זיך דער רבי משדך געווען מיט אים מיט דעם גרויסן צדיק ר' אריה לייב מוואלטשיסק זצ"ל, יארן שפעטער איז דער וואלטשיסקער געפארן קיין ארץ ישראל, און דערנאך איז אויך געפארן זיין שנור מרים, און דעמאלטס איז מקוים געוואן וואס דער רבי האט מרמז געווען: עס זעט אויס אז פון הימל וויל מען מיין טאכטער זאל זיין אין ארץ ישראל


איהרע קינדער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]