ליקוטי מוהר"ן

פֿון װיקיפּעדיע

דער ליקוטי מוהר"ן איז דאס ווערק פון א גרויסן חסידישן רבי'ן, רבי נחמן מברסלב, אייניקל פון דעם אויסטרעפער פון חסידות ר' ישראל בעל שם טוב.

די מאמרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ספר ענהאלט צוויי חלקים. דער ערשטער חלק האט 286 מאמרים. דער צווייטער חלק האט 125 מאמרים. דער אויסשטעל פון די מאמרים זענען פארשידענארטיג עס איז דא לאנגע מאמרים וואס ציהן זיך אויף עטליכע בלעטער און עס איז דא קורצע וואס זענען בלויז א שורה אדער צוויי.ֿ

די לאנגע מאמרים זענען צוטיילט אויף אותיות. עס קען זיין א מאמר וואס האט 10 — 12 אותיות, דער לענגעסטער מאמר איז דער מאמר תקעו אמונה און ח"ב סי' ה'. און פון די גאר קורצע מאמרים איז מאמר קי"א אין ח"א. אויך מאמר מ"ב אין ח"ב.

ווען איז עס געזאגט געווארן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן האט געפירט מיט די חסידים אין די יארן צווישן ה'תקמ"ח ביז ה'תקע"א רוב מאמרים זענען געזאגט געווארן אין די יאהרן וואס ער האט געהאט נעבען זיך זיין תלמיד ר' נתן מברסלב. פון ה'תקס"ב. די מאמרים זענען די תורות וואס ר' נחמן האט געזאגט פאר זיינע חסידים אין די צייטן, אבער עס איז אויך דא דארט אסאך שמועסן פאר חסידים און פאר יחידים פרטיות'דיגע מענטשן, ר' נתן האט דאס שפעטער געהערט און אפגעשריבן. דער סדר פון ר' נחמן איז געווען ער האט געזאגט תורה זעקס מאל א יאהר. 1) ראש השנה. 2) שבת חנוכה. 3) שבועות. און נאך דריי מאל אין נישט באשטימטע צייטן, דעמאלטס האט ער בדרך כלל געזאגט לאנגע מאמרים. עס געפינט זיך אויך דארט עטליכע מאמרים וואס ער האט געזאגט פאר ער איז געפארן קיין ארץ ישראל ה'תקנ"ח, דאס זענען קליינע מאמרים וואס זענען צווישן די מאמרים פון מאמר ע"ג ביז מאמר ק"ח און עס איז אנגעצייכנט "מלשון החברים". ר' נחמן האט אריין געלייגט א גרויס ארבייט וויאזוי זיין ספר זאל געשריבן ווערן, יעדעס ווארט האט ער געמאסטן און געוואוגן צו מען זאל עס דריקן, עס זענען דא מאמרים וואס ער האט עס פארענדערט פונעם ארגינעלן טעקס ויאזוי ער האט עס געזאגט, ווייל ער האט געהאלטן אז עס דארף אנדערש ווערן געשריבן, און אז די דאזיגע זאכן טאר נישט אנטפלעקט ווערן פאר יעדן. ר' נחמן שרייבט אין זיין ספר (ליקוטי מוהר"ן ח"ב סי' מ"ח) אז אמת'ער צדיק האט א פחד ווען ער זאגט תורה וואס יא צו זאגן און וואס נישט, זיין ציטער און פחד איז שטארקער ווי כלל ישראל האט אין די ימי הרחמים והרצון אין ראש השנה ויום כיפור. אסאך פון זיינע מאמרים וואס ער האט נישט געוואלט געבן צום דרוק האט ער מיט דער צייט פארברענט, אויך האט ער צוואה געלאזט אז אלע כתבים וואס ער האט נישט איבערגעקוקט נאר עס איז געבליבן געשרפארט אין זיין שופלאד זאל מען גלייך נאך זיין פטירה פארברענען. עס געפינען זיך מאמרים וואס ר' נחמן האט געמעגט אייניגע ווערטער אזוי ווייט אז עס האט נישט קיין המשך צו די קומענדיגע רייד, און דאך האט ר' נחמן עס געהייסן אזוי דרוקן און פארשפרייטן אפילו עס האט נישט קיין געהעריגע המשך [1]

ווער האט עס געשריבן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אסאך מאמרים איז אנגעצייכט "לשון רבינו ז"ל", דאס הייסט די מאמרים איז דער לשון פון ר' נחמן, ער האט געשריבן די לשון הקודש דערפון. אויב שטייט נישט "לשון רבינו ז"ל", דאן האט דאס זיין תלמיד ר' נתן געשריבן, און האט עס דערנאך געוויזן פאר ר' נחמן. פון סי' ע"ג ביז סימן ק"ח שטייט "לשון החברים", דאס מיינט אז די חברים האבן עס געשריבן פאר ר' נתן איז געווען ביי ר' נחמן צווישן זיי ווערט פארעכנט איינער פון די תלמידים פון ר' נחמן מיטן נאמען ר' אברהמ'לע פעטערבורגער. עס געפינט דארט אויך עטליכע תורות וואס ר' נחמן האט געזאגט פאר ער איז געפארן קיין ארץ ישראל [ה'תקנ"ח]. ר' נחמן איז נישט צופרידן געווען פון זייער שרייבן, און האט געזאגט אזוי: די בעסטע שרייב איך מיינע תורות, נאך מיר שרייבט נתן. דער פונקטליכער סדר און וועלכע יום טוב און שבת עס איז געווארן געזאגט שטייט אין ספר חיי מוהר"ן סי' נ"ט, און אין ליקוטי מוהר"ן דפוס משך הנחל צום סוף. אויך שטייט עס בפרטיות צושפרייט אין די ברסלבע ספרים און אין ספר ימי מוהרנ"ת. זעה אויך ספר פעולות הצדיק.

ווועלכע יאהר האט מען עס געדרוקט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ערשטער ליקוטי מוהר"ן איז געווען געדרוקט בלויז דער ערשטען חלק, אין יאהר תקס"ח אין אוסטרה. עס איז געדרוקט געווארן דורך ר' נחמן זעלבסט, און ער האט געשיקט זיין תלמיד ר' נתן זאל אכט געבן עס זאל געדרוקט ווערן פונקטליך וויאזוי ער וויל.

דער צווייטער חלק איז געדרוקט אינעם יאהר וואס ר' נתמן איז נסתלק געווארן, אין מאהלוב שנת תקע"א, דורך ר' נתן זיין תלמיד.

אין שנת תקפ"א האט ר' נתן נאכאמאל געדורקט דעם ספר, דאסמאהל אלע ביידע חלקים צוזאמאן, ער האט צוגעלייכט אסאך מראה מקומות, צוטיילט דעם ספר אין סימנים און אין אותיות, אויף דעם שער בלאט שטייט עס איז געדרוקט אין מאהלוב, אבער עס איז נישט אמת עס איז געווארן געדרוקט אין ברסלב אין די הויז פון ר' נתן, מען האט געשריבן "מאהלוב" וויבאלד די רוסישע רעגירונג האט נישט געגעבן רשות דאן צו דריקן ברסלבער ספרים נאר מיט א צענזור.

פון דעמאלטס אהן איז דער ספר געדרוקט געווארן צענדליגער און הונדערטער מאל, איבער דער גארער וועלט.

מיר וועלן דא אויסרעענען די דרוקן וואס האבן צוגעלייגט די גרעסטע שינוים זייט שנת תקפ"א. שנת [ה'תרל"ו] האט ר' נחמן מטשעהרין עס געדרוקט אין לעבמערג מיט נייע אסאך מראה מקומות און הערות. שנת [ה' תש...] האט עס געדרוקט ר' אריה וויינשטאק, מיט ר' משה קרעמער מיט אותיות מרובעת זייער שיין און גוט מגיה געווען. שנת [ה' תשמ.] האט עס געדרוקט דפוס משך הנחל מיט גאר אסאך נייע מראה מקומות.

דער ספר אין דער וועלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ספר האט היינט פינף הסכמות פון חסידישע רבנים. 1) רבי יעקב יצחק פון לובלין [2]. רבי ישראל מקאזניץ רבי אברהם חיים מזלאטשוב רבי מאיר מבראד רבי אפרים זלמן מרגליות

פאר ר' נחמן האט געוועלט דרוקן זיין ספר האט ער ארום געשיקט זיין תלמיד ר' זלמינא צו נעמען הסכמות, ברסלבער חסידים זאגן שיח שרפי קודש אז ר' זלמינע דער תלמיד פון ר' נחמן האט צוזאמען געקליבן 13 הסכמות. אונעם ערשטן דרוק וואס ר' נחמן האט געדרוקט איז נישט געווען קיין שום הסכמה, אבער שפעטר האט ר' נתן צוגעדרוקט עטליכע הסכמות.

אסאך חסידישע רבנים ברענגען נאך אין זייערע ספרים פון די מאמרים פון ליקוטי מוהר"ן, אייניקע פון זיי זענען משמרת איתמר, בית יעקב פרשיסחא, בארות המים, אך פרי תבואה, רחמי האב, דברי תורה מונקאטש ספר בעל שם טוב עה"ת. אויך שפעטערדיגע רבנים ווי די רביים פון סאטמאר, פאפא, ברענגן פון דעם ספר.

אויך דער צדיקעל ר' שמעון מזעליכאוו פון לעצטען דור, איז געווען זיין פארקאכט אין דעם ספר.

ר' נחמן אויף זיין ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ר' נחמן האט שטארק געבעטן פון זיינע חסידים מען זאל זיך פארטון מיטן ליקוטי מוהר"ן.

ער האט געזאגט די לשונות.

  • מען דארף עס קענען אויף אוסענווייניג.
  • מען קען דערפון וויסען וואס עס ווערט שפעטער פאסירן, מיין ספר איז פיל מיט רוח הקודש.
  • מען דארף פארקויפן די קישן פון בעט צו קויפן מיין ספר. מען קען ווערן א בעל מח גדול. ווער עס וועט לערנען מיין ספר וועלין זיך אלע אדערין איהם טרענען, ער וועט ווערן א בעל תשובה גמור.
  • מיט יעדער מאמר וואס איך זאג קען מען דערפון פארשטיין גאנץ תורה נביאים וכתובים און תורה שבעל פה.
  • מען קען עס נישט פארשטיין נאר אויב מען קען עס אהין און צוריק (ישר והפוך).
  • ווער עס קען גוט מיינע תורות, שיחות, קען טרעפן טרעפן די באהלטענע סודות פון די וועלט באשאפן ווי עס איז מרומז אין דער תורה.[3]
  • מיין ספר איז כולל אין זיך אלעס, ווער עס זאגט אז מען קען נישט פארשטיין מיין ספר מען קען נישט דערפון לערענן קיין מוסר איז א אפיקורס.
  • נאך וואס איז פאראן מיין ספר אויף דער וועלט דארף מען שוין נישט לערנען קיין אנדערע מוסר ספרים. (צענזורירט).

דער ספר ביי ברסלב'ער חסידים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ווי באקאנט האט מען ביי ברסלבער חסידים נישט אויפגענומען א ממלא מקום אויף פלאץ פון זייער רבי'ן, די ברסלעבער חסידים האבן געהאלטן אז אז פעלט זיי נישט קיין רבי'ן זיי האבן א רבי, אלעס וואס זייער רבי וויל שטייט אוין זיין ספר ליקוטי מוהר"ן, ר' נתן חזרט כמעט אין יעדן בריוו פון עלים לתרופה הפוך בה והפוך בה ומניה לא תזוע. די ברסלבער חסידים פלעגן זיך פארטיפן אין דעם ספר אווי ווי מען לערנעט א פסוק חומש צו א שטיקל גמרא, און יעדעס אות און ווארט האבן זיי געטראפן אוצרות יקרות, וואס איז זיי ווערט מער ווי גאלד.

פירושים אויף דעם ספר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער ספר איז א טיעף ספר, וואס איז זייער שווער צו פארשטיין, וויפיל מען זאל נאר שרייבן פירושים און ביאורים וועט מען אלץ קענען טרעפן נאך און נאך פירושים [4].

אבער מיר וועלן אויסרעכענן אייניקע וואס האבן געשריבן פירושים אויף די סדר פון מאמרים. 1) אין ספר ליקוטי הלכות איז דא אסאך פירושים און ביאורים אויפן ליקוטי מוהר"ן, און אזוי שטייט אין די הקדמה אז דאס איז א פירוש און ביאור אויף די רייד פון ר' נחמן. ב) פרפראות לחכמה. ג) באבי הנחל. ד) מי הנחל. ה) ביאור הליקוטים. ו) שפת הנחל. ז) מענינים בנחלים. ח) פיתוחי חותם.

די ספרים קיצור ליקוטי מוהר"ן ליקוטי עצות זענען געמאכט געווארן וויאזוי מען קען די טיעפע מאמרים ארויס ברענגן אויף א אופן מען זאל פאלגן און מקיים זיין וואס דארט שטייט.

עס זענען דא מפתחות אויף דעם ספר. מפתח ענינים וואס האט געמאכט ר' נתן צבי קעניג. מפתח מאמרי חז"ל אינעם ספר שפת הנחל פון צפת.

מתנגדים אויף דעם ספר.[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין די חסידישע ספרים איז נישט דא קיין שום סימן פון התנגדות אויף די ספרים, אין מעשה ביכלעך קען מען טרעפן פון מאנכע וואס ברענגען נאך פון אנדערע אז מען זאל נישט לערנען דערין. און סקווירא חסידות איז אנגענומען אז מען טאר אין די ספרים נישט קוקן.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. זעה ליקוטי מוהר"ן ח"א סי' נ"ח
  2. זעה ספר עשר אורות מערכת הרבי מלובלין
  3. שיחות הר"ן סי' ר"ד
  4. זעה אין הקדמה פון ספר פרפראות לחכמה