מרדכי טווערסקי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
רבי מרדכי טווערסקי
טשערנאבלער מגיד
געבורט ה'תק"ל
טשערנאבל
פטירה כ' אייר תקצ"ז
קיעוו
קבורה ארט אנאטעווקע
חסידות טשערנאביל
הויף ארט טשערנאבל
נומער אין דינאסטיע צווייטער
פאריגער רבי מנחם נחום טווערסקי
נאכפאלגער רבי אהרן (זון)
פאטער רבי מנחם נחום טווערסקי
מוטער שרה
ווייב1 חיה שרה פון קארלין
קינדער1 אהרן, משה, יעקב ישראל, מלכה
ווייב 2 פייגע דוד'ס לייקעס
קינדער 2 מנחם נחום, אברהם,
דוד טווערסקי (טאלנא), יצחק, יוחנן, חנה חיה האראדעצקי, שיינדיל פרידמאן

רבי מרדכי טווערסקי זצ"ל (ה'תק"ל - כ' אייר ה'תקצ"ז), מגיד פון טשערנאביל. באקאנט אלס רבי מאטעלע טשערנאבילער.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מאטעלע איז געבוירן געווארן אין יאר ה'תק"ל, צו זיין פאטער הרב מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל, דער מאור עינים, א זון פון הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם. און צו זיין מוטער מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע, "דער מבוא השערים".

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

נאך זיין פאטער'ס פטירה אין יאר ה'תקנ"ח, האט רבי מאטעלע איבערגענומען דעם פאטער'ס ארט, אלס רבי פון דעם טשערנאבילער הויף.

אנדערש ווי זיין פאטער, וואס האט געלעבט אין פשטות און ארעמקייט, האט רבי מאטעלע זיך געפירט מיט אויף א ברייטערען פארנעם. עס איז באקאנט אז ער פלעגט מאנען פון זיינע חסידים גאר גרויסע באטרעגער פון געלט. ביי חסידים פלעגט מען זאגן אז דאס געלט האט רבי מאטעלע געניצט אויף אויסצוהאלטן די ל"ו צדיקים נסתרים, א אויפגאבע וואס ער האט איבערגענומען פון רבי לייב שרה'ס.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מאטעלע איז נפטר געווארן ל"ה בעומר, כ' אייר ה'תקצ"ז, פארנדיג קיין קיעוו זיך היילן, און ליגט אין אנאטעווקע.

זיין פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

(רבי מאטעלע האט געבוירן אכט זון וואס יעדער פון זיי האט אנגעהויבן אן אייגענע הויף. דער פאטער האט זיי אנגערופן זיין "מנורה הטהורה").

רבי מאטעלע האט געהייראט בזיווג ראשון מרת חיה שרה, א טאכטער פון הרב אהרן פון קארלין. זייערע קינדער:

בזיווג שני האט רבי מאטעלע געהייראט מרת פייגא א טאכטער פון הרב דוד לייקעס ( - כ"א ניסן ה'תקי"ט). זייערע קינדער:

  • מרת חנה חיה, די ווייב פון הרב דוד האראדעצקי, א זון פון איר פעטער, הרב מאיר האראדעצקי, א זון פון הרב דוד לייקעס.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • לקוטי תורה

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • [838%D7%9E%D7%99%D7%99%D7%9F_%D7%A9%D7%91%D7%AA_%D7%90%D7%95%D7%A6%D7%A8_%D7%91%D7%94%D7%A8_-_%D7%91%D7%97%D7%A7%D7%AA%D7%99.pdf מיין שבת אוצר:הרה"ק רבי מרדכי מטשערנאביל]