מנחם נחום טווערסקי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי מנחם נחום טשערנאבלער (ה'ת"ץ - י"א חשוון ה'תקנ"ח), באקאנט אלס דער מאור עינים, איז געווען דער גרינדער פון טשערנאבילער חסידות.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי נחום איז געבוירן געווארן אין דער שטאט גאַרינסק, וואהלין גובערניע, אין יאר ה'ת"ץ, צו זיין פאטער הרב צבי, א זון פון רבי נחום גאון, באקאנט אלס רבי אדם בעל שם.

זיין זיידע רבי נחום גאון האט געהאט אויסער רבי צבי נאך צוויי זין:
  • הרב אריה לייב אסטערזעצער, ער האט געלערנט מיט דעם בעל שם טוב די כתבים וואס זיין פאטער האט אים געהייסן איבערגעגעבן פאר דעם בעש"ט.
  • הרב נחום שאסטאק, ער איז געבוירן נאך זיין פאטער'ס פטירה.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען רבי נחום איז געווען א יונגערמאן האט דער בעל שם טוב אים צוגעצויגן צו חסידות און איז געווארן זיינס א תלמיד מובהק, נאך די פטירה פון בעש"ט איז רבי נחום געווארן פון די גרויסע תלמידים פון מעזריטשער מגיד.

נאך ביים לעבען פון זיין רבי'ן האט שוין רבי נחום אנגעהויבן ארום צופארן אין די שטעטלך אין וואהלין, צו דערנענטערן יידישע הערצער צום אייברשטען. נאך זיין רבי'נס פטירה האט רבי נחום אנגעהויבן פירן זיין אייגענעם הויף, פון אנפאנג איז ער געווען אין פראהאביטש, און שפעטער אין טשערנאביל. אסאך פון די צדיקים פון זיין צייט פלעגען פארן זיך פראווען ביי אים, זיין אייניקל הרב יעקב ישראל טווערסקי פון טשערקאס שרייבט, "ביים זיידן רבי נחום איז געווען איין אויבן-אן מיט ווייסע זשיפעצעס".

ביי חסידים פלעגט מען דערציילן, אז דער מאור עינים האט ערקלערט, אז ווען ער האט געזאגט דברי תורה איז עס געווען אין א שטייגער (בחינה) פון "שכינה מדברת מתוך גרונו". דער ספר מאור עינים, אינאיינעם מיט די ספרים תולדות יעקב יוסף פון רבי יעקב יוסף פון פולנאה און ספר התניא פון רבי שניאור זלמן מלאדי, זענען געווען ספעציעל באליבט ביי חסידים אלץ א "כלי ראשון" פון תורת החסידות, זייענדיג פון די ערשטע געדריקטע ספרים פון די תלמידי בעש"ט.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי נחום איז נפטר געווארן י"א חשוון ה'תקנ"ח, און ליגט אין טשערנאביל.

זיין פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי נחום האט געהייראט מרת שרה אן אייניקל פון הרב יצחק שפירא, רב אין לובלין, א זון פון הרב נתן נטע שפירא, רב אין האראדנע "דער מבוא השערים". זייערע קינדער:

  • הרב משה טווערסקי

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

תלמידים פון בעש"ט

אברהם פאדלוסקער · אברהם פון מעזשביזש · אברהם אבא פון דוביסאר · אברהם אבא פון לובלין · אברהם אבא פון קריבוש · אברהם גרשון פון קיטוב · אברהם שמשון פון ראשקאוו · אהרן פון מעזשביזש · אהרן משרת · אהרן הגדול פון קארלין · אהרן פון קיטוב · אליהו פון סאקאלובקי · אליעזר פון טאמאשפאלי · אלכסנדר סופר · אריה לייב פון שפאלע · בנימין פון זאלאשיץ · ברוך פון מעזשביזש · ברוך פון קאמינקא · גרשון פון פאווליץ · דוב בער פון זאסלאוו · דוב בער פון מעזריטש · דוד פון חאלאדאווקע · דוד פון ליניץ · דוד פון מיקאלייאוו · דוד פון קאלאמייע · דוד פון שאריגראד · דוד היילפרין פון אוסטראה · דוד לייקעס  · דוד מגיד פון טולטשין · דוד פירקוס · זאב פון אליק · זאב וואלף קיצעס · זעליג פון לאטושוב · חיים פון קראסנא · חיים מגיד פון ליניץ · יהודה ליב פון פולנאה · יואל פון פראטהור · יואל פון נעמיראוו · יודל פון טשודנוב · יונה פון אוסטראה · יונה פון פולוצק · יונה פון קאמינקא · יוסף פון דראהאביטש · יוסף פון זורניץ · יוסף פון קאמינקא · יוסף אשכנזי · יוסף יואל פון סטעפאן · יוסף יוזפא פון אוסטראה · יוסף משה פון מעזשביזש · יוסף מלמד פון חמעלניק · יוסף ספראוועדליווער פון פיסטין · יחיאל מיכל פון האראדנע · יחיאל מיכל פון זלאטשאוו · יעקב פון האניפאלי · יעקב פון מעזשביזש · יעקב יוסף פון אוסטראה · יעקב יוסף פון פולנאה · יעקב קאפל חסיד · יצחק פון דראהאביטש · יצחק פון מעזריטש · יצחק דוב מרגליות פון יאזלאוויץ · ישכר בער פון ליובאוויטש · ישכר פון קישינאוו · ישעיהו פון יאנאוו · ישראל חריף פון סאטינאוו · לייב שרה'ס · לייב קעסלער · ליפא פון חמעלניק · מאיר (הגדול) פון פרעמישלאן · מאיר מרגליות פון אוסטראה · מנחם מענדל פון באר · מנחם מענדל פון דוביסאר · מנחם מענדל פון וויטעבסק · מנחם מענדל פון פרעמישלאן · מנחם מענדל פון קאלאמייע · מנחם נחום טווערסקי פון טשערנאביל · מרדכי פון זאסלאוו · משה פון קיטוב · משה פון שאטנאווע · משה פון שדה חדש · משה קעדס · משה שהם פון דאלינא · משה חיים אפרים פון סדילקאוו · נחמן פון האראדענקע · נחמן פון קאסאוו · נטע פון אוורוטש · ניסן כ"ץ פון דווארט · פאלק פון טיטשלניק · פנחס שפירא פון קאריץ · צבי חסיד פון זלאטשאוו · צבי סופר · צבי הערש, זון פונעם בעל שם טוב · צבי הערש פון אוסטראה · צבי הערש פון קאמינקא · שמואל פון קאמינקא · שבתי פון ראשקאוו ·

רעפערענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • מאורי אור
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  • ספר היחס מטשרנוביל, אהרן דוד טווערסקי