מעזשביזש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מעזשביזש (אוקראיניש: Меджибіж, רוסיש: Меджибож מעדזשיבאזש, פויליש: Międzybóż אדער Międzybuż, דייטשיש: Medschybisch, טערקיש: Mejibuji) איז א שטעטל אין אוקראינע.

מעזשביזש איז באוואוסט אלס דער געבורטספלאץ פון חסידות, וואו דער בעש"ט האט געוואוינט און וואו ער ליגט באגראבן.

דאס שטעטל מעזשביזש איז א גאנץ קליינע, עס איז ווי רוב קליינע שטעטלעך אין אוקריינא, ארים און כמעט גארנישט אינטערעסאנט. חוץ אז עס ליגט דארט דער גרינדער פון דרך החסידות.

אין דעם בית החיים ליגן אויך אסאך גרויסע מענטשן ווי די אייניקלעך פונעם בעל שם טוב וואו רבי ברוך ממזעבוז, רבי אפרים מסדילקאב, רבי ישראל א ברודער פון רבי נחמן מברסלב, אויך ליגן דארט תלמידים פונעם בעל שם טוב ווי רבי ישראל פאליצעקר, רבי וואלף קוציס, רבי הערש סופר, אויך רבנים פון שטאט רבי אברהם יהושע העשיל מאפטע דער אוהב ישראל. אלעס איז לעצטנט געוארן איבערגעבויעט און איבערגעפלאסטער דורך ישראל מאיר גבאי.

אין די לעצטע יארן זייט אסאך אידן פארן צו די קברים פון צדיקים, האט מען אויסגעפלאסטערט די וועגן צו ציון און פונעם ציון פון בעל שם טוב, מען האט אויפגעבויט א שיינער אוהל אויף דאס פאלץ וואו דער בעל שם טוב לייגט, דענעבן האט מען אויפגעשטלט א בית המדרש, און עטליכע גרויסע בנינים צוגערישט מיט אלעס דערין, בתי כבוד, א מקוה טהרה, שטובער צו שלאפן, א גרויסע קיך. דאס אלעס האט אהערגעשטעלט דער באקאנטער עסקן וואס בויעט קברים איבעראל ישראל מאיר גבאי. דער ראש פון דרך צדיקים.

אסאך רבי'ס און גוטע אידן קומען אהין אויף א שבת, און פראווענען דארט א חסידשען טיש, דער לעלובער רבי פון ארץ ישראל פירט זיך ער פארט אהין יעדן שבועות צו פראווען דארט דעם יארצייט פון בעל שם טוב, דער רבי פון תולדות אברהם יצחק און נאך זענען שוין עטליכע מאהל דארט געווען. דער באקאנטער חסידישער זינגער מרדכי בן דוד, האט פארפאסט א ניגון א שבת אין מזעביזש ווי ער פארציילט מיט גלוסטענישט און ליבשאפט פון א שבת אין מזעביזש.

אויך האט ער געזוכט און געטראפן דעם ארגינעלן פלאץ וואו דער בעל שם טוב האט געהאט זיין בית המדרש אינמיטן שטאט, דער בנין איז נאך געשטאנען, אבער דאס גאנצע בית המדרש האט ער איבערגעבויט פאר א העכרליכן בית המדרש אויפן אלטן שטייגער וויאזוי עס האט אויסגזען אמאל.