באבוב
דער ארטיקל איז געשטעלט צו פאראייניקן מיט באבוב (הויף).
איר ווערט געבעטן אים פאַררעכטן.
באָבוב איז א חסידות וואס איז געגרינדעט געווארען דורך דעם ערשטען באבוב'ער רבי'ן שלמה האלבערשטאם זי"ע, אן אייניקל פונעם צאנזער רב. נאך זיין פטירה (א' דר"ח תמוז) האט זיין זון רבי בן ציון האלבערשטאם זי"ע הי"ד איבערגענומען זיין פלאץ, ביז זיין פטירה ווען ער איז גע'הרג'עט געווארן דורך די נאצים ימ"ש (ד' אב ת"ש), וואס שפעטער האט זיין זון רבי שלמה האלבערשטאם זי"ע איבערגענומען זיין פלאץ, באקרוינט געווארן אין לאנדאן דורך באבוב'ער חסידים. דערנאך האט ער איבערגעפלאנצט דאס באבוב'ער חסידות אויף דעם אמעריקאנער באדן, הויפּטקוואַרטירט אין בארא פארק, ברוקלין, וואס שטייט עד היום הזה. ער איז געוועהן רבי ביז זיין פטירה (ר"ח אב תש"ס) און זיין זון רבי נפתלי צבי האלבערשטאם זי"ע האט איבערגענומען זיין פלאץ וואס ער האט געפירט פאר געציילטע פינף און א האלב יאר ביז זיין פטירה (י"ב אדר ב' תשס"ה), אויך איז דעמאלטס אויפגענומען געווארן זיין אינגערער ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם אלס רב הצעיר.
רבי נפתלי צבי הלברשטאם זי"ע האט ליידער נישט איבערגעלאזט קיין זון, בלויז צוויי טעכטער.
נאך רבי נפתלי'ס פטירה האט זיך די הנהגה געטיילט. א טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין איידעם: רבי מרדכי דוד אונגער אלס רבי. אזוי אויך איז נתמנה געווארן די עלטערע איידעם רבי יהושע רובין אלס רב אין די באבובער קהלה. אן אנדערער טייל איז אריבער געגאנגען צו זיין אינגערן ברודער (פונעם טאטנ'ס זייט) רבי בן ציון אריה ליבוש האלבערשטאם וועלכע האט ביז דאן געדינט אלס רב הצעיר.
באבובער חסידים זענען מייסטנס פון גאליציאנער אָפּשטאַם.
זיי זענען באקאנט מיט זייערע איידעלע מידות און שיינע ניגונים.