תורה ודעת

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ישיבת תורה ודעת (אדער "מתיבתא תורה ודעת") איז א חרדישע ישיבה וועלכער געפינט זיך אין קענסינגטאן, ברוקלין, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ישיבה איז געעפנט געווארן אין 1917 אין וויליאמסבורג אלץ א פרומע עלעמאנטערע שולע דורך בנימין ווילהעלם און לואיס דערשאוויץ. זיי האבן אויסגעקליבן הרב זאב גאלד צו שטיין אין שפיץ פון דעם מוסד, און ער האט אויסגעוועלט דעם נאמען "תורה ודעת" אויפן נאמען פון הרב יצחק יעקב ריינעס'ס ישיבה אין לידא, וואו הרב גאלד האט געלערנט אין זיין יוגנט.

און אירע ערשטע יארן האט זיך די ישיבה געפירט אויפן שטייגער פון תורה עם דרך ארץ. מיט דער צייט אבער, איז עס פארוואנדעלט געווארן אין א חרדישער ישיבה. מיט דעם אלעם איז די ישיבה אייגענארטיג מיט דעם וואס זי ערלויבט אירע תלמידים צו גיין שטודירן אין קאלעדזש, עפעס וואס איז פארבאטן אין רוב חרדישע ישיבות היינט צו טאגס.

אין 1922 איז ר' שרגא פייוול מענדלאוויטש גערופן געווארן צו ווערן דער מנהל פון דער ישיבה. אונטער זיין פירערשאפט איז אויפגעשטעלט געווארן די "מתיבתא" פאר די עלטערע תלמידים אין גיל פון הויעך שולע סטודענטן. נאך שפעטער האט הרב מענדלאוויטש אויפגעשטעלט א "ישיבה גבוה" פאר די תלמידים פון אכצן יאר און העכער. הרב מענדלאוויטש האט געדינט אלץ מנהל ביז 1948.

ווען וויליאמסבורג איז נאך דער צווייטער וועלט קריג געווארן שטארק חסידיש האט תורה ודעת פארקויפט זייער געביידע פאר פאפא חדר, און זיי האבן זיך אריבערגעצויגן קיין קענסינגטאן ווי א גרעסערע עולם אמעריקאנער אידן האבן געוואוינט.

אין די יארן ווען הרב גדליה שארר און הרב יעקב קאמינעצקי זענען געווען ראשי ישיבה האבן זיך געשאפן צוויי פראקציעס אין ישיבה, איין האט געהייסן "ר' יעקב'ניקעס" און די צווייטע "רב שארר'ניקעס". די צוויי זענען געווען מחולק צווישן זיך ווער עס זאל האבן דאס לעצטע ווארט אין ישיבה. למעשה האבן די "ר' יעקבניקעס" געהאט די אויבערהאנט.

ראשי ישיבות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דורכאויס די יארן האבן אלס ראשי ישיבות דארט געדינט:

היינט צו טאגס דינט אלץ ראש ישיבה הרב ישראל בעלסקי וועלכער איז אויך א פוסק פאר די כשרות ארגאניזאציע פון א-יו.

באוואוסטע תלמידים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]