קרית יואל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
פלאצירן מאפע פון קרית יואל
קרית יואל בית החיים פון די לופטן...

קרית יואל איז א שטאט געגרינדעט דורך די חסידים פון סאטמארער רבין ר' יואל טייטלבוים אין מאָנרוי אָפּסטעיט ניו יאָרק

עס וואונען דארטן היינט צוטאגס נאענט צו פיר טויזנט פאמיליעס. לויט די אמעריקאנער צענזוס פון 2006 וואוינען דארט איבער 20 טויזנט נפשות (20,071).

דער שטאטס רב איז דער סאטמארער רבי ר' אהרן טייטלבוים, וועלכער איז אויפגענומען געווארן אין 1985. א חלק פון שטאט האט אים נישט ליב און קערן זיך אן צו זיין ברודער ר' זלמן לייב טייטלבוים אדער זענען זיי פון בני יואל האט ער אבער א מאיאריטעט, און זיינע קאנדידאטן האבן נאך קיינמאל נישט פארלוירן די וואלן, די לעצטע וואלן האט אברהם ווידער דער אהרונישער בירגערמייסטער געהאט עפעס מער פון 2700 שטימען און יעקב יואל באנדא וואס איז געלאפן קעגן אים האט געהאט עפעס מער פון 2200 שטימען.

עס געפינען זיך היינט אין קרית יואל 53 בתי מדרשים, ס'רוב האלט זיך פאר סאטמאר, עס איז אבער אויך דא דערצווישן שולן פון אנדערע חסידות'ן, ווי למשל טאהש ספינקא, תולדות אהרן און ברסלב.

דער אלגעמיינער סקול דיסטריקט פון קרית יואל ליגט אונטער דער הערשאפט פון ר' אהרן טייטלבוים. אבער עס איז אויך דא מוסדות וואס האבן קיין שייכות מיטן אלגעמיינער חינוך סיסטעם, נאר האבן זיך אויפגעשטעלט אייגענע חינוך סיסטעמען ווי די קהילה פון בני יואל און די קהילה און בתי מדרשים וואס זענען אונטער ר' זלמן לייב טייטלבוים. אלץ האלט זיך פאר סאטמאר.

עס ווערט געשאצט, לויט די רעזולטאטן פון די לעצטיגע פאליטישע וואלן, אז בערך 55% פון די איינוואוינער קערן זיך אן פארן שטאטס רב, ר' אהרן, זיי ווערן אנגערופן אין די וועלט אהרונים, בערך 35% קערן זיך אן צו ר' זלמן לייב טייטלבוים (זיי ווערן אנגערופן זאליס), בערך 10% זענען בני יואל, די זענען די וואס ווילן נישט קיין שום רבי, די איבעריגע זענען, צום ביישפיל, טאהש, ברסלוו, תולדות אהרן וכדומה. לויט טייל אנאליסטן איז דאס דער מוסטער פון די שטיצער פון ר' זלמן לייב און ר' אהרן, פון סאטמארער חסידים אין דער גאנצע וועלט, דאס מיינט, 55% אהרונים, 45% א געמישעכטס פון בעיקר אנטי ר' אהרן און א ביסל חסידים פון ר' זלמן לייב פערזענליך.

די שטאט האט א זעלבסטעשטענדיגע לעגאלער שטאטראט, עס רופט זיך The village of Kiryas Joel, עס איז געגרינדעט געווארן אין יאר 1977, די פאליטישע פיגורן באשטייען פון א בירגערמייסטער און 4 ווילעדש טראסטיס, זיי ווערן אריינגעוועלט פאר 4 יאריגע טערמינען, דער יעצטיגער ערוועלטער בירגערמייסטער הייסט, אברהם ווידער, די 4 טראסטיס זענען, מיטעלמאן, פריינד, מארקאוויטש און לאנדא, אלע זענען שטיצערס פונעם רב פון שטעטל, ר' אהרן טייטלבוים.

בית המדרש הגדול[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

קרית יואל האט א גרויס בית מדרש, דאס "בית המדרש הגדול", וואס דאס גאנצע השתלשלות פון זיין אויפבוי ווערט באשריבן אין דעם ביכל "דברי הימים" דורך דעם באקאנטן שרייבער שמואל שלמה טעללער. דאס ביכל "דברי הימים" איז ערשינען י"ג תמוז תשס"ג לכבוד דער באנייאונג פון היכל צבי ראזענבערג.

בייגעלייגט איז א קונטרס "הקהילה בתפארתה" געשריבן דורך מרדכי אהרן זאבעל, וואס ברענגט ארויס די פילע אויפטוען פון קהילת ייטב לב פון קרית יואל אין אלע ענינים פון אידישקייט.

קרית יואל זשורנאל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – קרית יואל זשורנאל

דער קרית יואל זשורנאל איז א בלעטל וואס קומט אן יעדן פרייטאג צו אלע איינוואוינער אויף דער פאסט, פריי אן אפצאל.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


אלע פרומע אידישע געגנטן וואו עס זענען צעשפרייט די היינטיגע אידישע באפעלקערונג איבער דער גארער וועלט 

Gottlieb-Jews Praying in the Synagogue on Yom Kippur.jpg

אלעד • אנטווערפן • אפער וועסט סייד • אשדוד • באלטימאר • באקא ראטאן • באסטאן • בארא פארק • בודאפעסט • בית ישראל • בית שמש • ביתר עילית • בלומענבורג  * בני ברק • בעיסוואטער • גאלדערס גרין • גיבערס  * גייטסהעד • גרעיט נעק • דיל • דעטרויט • וואודמיר • ווארשע • וויליאמסבורג • וויען • זשיטאמיר • חברון • חיפה • טאהש • טאראנטא • טבריה • טינעק • יאהאניסבורג • ירושלים • לאוער איסט סייד • לוגאנא • לעיקוואד • לאס אנזשעלעס • מאדריד • מאנטרעאל • מאנטשעסטער • מאנסי • מאסקווע • מאונט קיסקא •מארסיי • מודיעין עילית • מיאמי • מילאן • מעלבארן • נווה יעקב • ניי סקווער • סארסעל • סטאמפארד היל • סידני • סידערהערסט • סיאטל • סי געיט • סקאוקי • עדזשווער • פאסעיק • פאר ראקעוועי • פארעסט הילס • פאריז • פלעטבוש • פייוו טאונס • פראג • פוירט • ציריך • צפת • קאשוי • קווינס • קיעוו • קליוולאנד • קרוין הייטס • קרית יואל • רוים • ריווערדייל • שטראסבורג • שיקאגא