ניחום אבלים

פֿון װיקיפּעדיע

ניחום אבלים איז אַ מנהג אין ייִדישקײט און אַנדערע רעליגיִעס צו טרײסטן די משפּחה פֿון אַ נײַ-פֿאַרשטאָרבענעם און צו העלפֿן זײ אין צוריקקומען צום נאָרמאַלן לעבן נאָכן שאָק פֿונעם טױט פון זייערס א משפחה מיטגליד.

ביי אשכנזים איז דער מנהג אז מען זאגט צו די אבלים "המקום ינחם אתכם בתוך שאר אבלי ציון וירושלים". ביי ספרדים איז דער מנהג אז מען זאגט צו די אבלים "מן השמים תנוחמו".

בעיקר איז מען מנחם אבלים אין דער ערשטער וואך וואס מ'רופט "שבעה", אבער מ'קען מנחם זיין די גאנצע שלושים, און א קינד נאך א פאטער אדער מוטער אפילו גארע צוועלף חדשים.