משה טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן


רבי משה טייטלבוים (ה'תרע"ה - כ"ו ניסן ה'תשס"ו) (1914 - 2006) איז געווען דער אב"ד פון סיגעט און שפעטער געווארן סאטמארער רבי.

ער איז געווען א פלומעניק און ממלא מקום פון זיין פעטער דעם אלטן סאטמארער רבי'ן, רבי יואל טייטלבוים זי"ע וואס איז געשטארבן קינדערלאז.


לעבנסגעשיכטע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

משה טייטלבוים איז געבוירן צו זיין פאטער הרב חיים צבי טייטלבוים דער עצי חיים אין דער שטאט ראצפערט, וואס זיינע עלטערן זענען אהין אנטלאפן ביים אויסברעך פון דער ערשטער וועלט מלחמה און איז אויפגעצויגן געווארן אין סיגוט. אלס קינד פון 11 יאר איז ער געווארן א יתום פון טאטן און מאמען.

געווען רב פאר'ן חורבן אייראפע אין דער שטאט זענטא, יוגאָסלאַוויע.

זיין ערשטע ווייב חנה מיט דריי קינדער חנוך העניך, חיים צבי און אסתר, זענען אומגעקומען ביי דער קריג הי"ד.

נאך דעם חורבן איז ער קודם געווארן רב אין סיגעט אויף זיין טאטנס און זיין ברודער'ס שטוהל. ער האט נאכאמאל חתונה געהאט מיט אן אוישוויץ איבערלעבער, פעסיל לאה טייטלבוים, אום כ"א אדר תש"ו, אין סיגעט.

ער איז אנגעקומען קיין ניו יארק צום גדלי' ה'תש"ז. עס האט איהם שוין אפגעווארט א קהלה פון פילע סיגעטע תלמידים און חסידים, קהל עצי חיים סיגעט. די קהלה האט שוין פון פאראויס געהאט געקויפט א הויז צו וואוינען און פאר א בית המדרש אויף 152 יוז סטריט. דאס איז דער סיגעטער שוהל ביזן היינטיגן טאג, און אויך דער דירה פונעם היינטיגן סאטמארער רבי, ר' אהרן טייטלבוים.

אין יאר תשכ"ה האט ער זיך אריבערגעצויגן קיין בארא פארק, ער האט זיך קודם אריינגעצויגן אויף 15'טע עוועניו און די 49'סטע גאס וואו עס איז היינט דער אלכסנדר שול, שפעטער אום יאר תשל"ב האט ער באנייעט זיין נייעם ביהמ"ד אין די 49'סטע גאס.

ער איז געווען א דיין לעניני ממונות יארן לאנג, וואו ער האט קודם געהאט זיין אייגענע בי"ד. נאכער האט ער געדינט אלץ חבר אין די בית דין פון התאחדות הרבנים און אויך א בעל מכשיר פאר מיעל מארט פלייש.

כ"ו אב תש"מ, ווען ער איז אלט געווען 66 יאר, צום ערשטן יארצייט פון פריערדיגן סאטמארער רבין, רבי יואל, איז ער געווארן עמטליך אויפגענומען אלס סאטמארער רבי.

ביי זיין הכתרה אין קרית יואל אלס סאטמארער רבי

ער איז געשטארבן 6:50 אוונט כ"ו ניסן ה'תשס"ו, (דינסטיג אפריל 25)

ער האט דערלעבט זעקס קינדער און 86 אייניקלעך און אור אייניקלך. און איין אור אור אייניקל וואס איז געבוירן אין זיין סאמען לעצטן טאג, און טויזנטער חסידים.

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין ערשטע ווייב איז געווען מרת חנה, א טאכטער פון זיין פעטער רבי חנוך העניך מאיער, אן איידעם ביים קדושת יו"ט. זייערע קינדער:

  • חנוך העניך
  • חיים צבי
  • אסתר

מרת חנה מיט אירע קינדער זענען אומגעקומען אין אוישוויץ, דעם צווייטן טאג שבועות ה'תש"ד.

בזיווג שני האט ער חתונה געהאט מיט מרת פעסיל לאה, א טאכטער רבי אהרן טייטלבוים פון וואלאווע, אן אייניקל פונעם ישמח משה. זייערע קינדער:

כ"ג תמוז תש"ע איז די רביצין פעסיל לאה נפטר געווארן ביי דער עלטער פון 87 יאר. זי איז באערדיגט אינעם סאטמארער אוהל אין קרית יואל, מאנרא.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען ער איז געווארן רבי פון סאטמאר איז ארויסגעקומען זיינע חידושים אין א קונטרס פארמאט מהר"ם ט"ב דורך זיינע חסידים און תלמידים וואס האבן פארשריבען זיינע תורות יעדע וואך.

ברך משה איז דער נאמען פונעם ספר חידושים וועלכער איז ערשינען פונעם סאטמארער רבי'ן ר' משה טייטלבוים זצ"ל, און עס ווערט ארויסגעגעבן דורך זיין זוהן הרב ליפא טייטלבוים שליט"א זענטער רב, וועלכער ער האט אים באַאויפטראגט מיט דער הייליגער ארבעט.

ערשיינונג פון די ספרים: דער ערשטער חלק בראשית האט אנגעהויבן צו ערשיינען בחודש אב שנת תשנ"ה לפ"ק זייענדיג אין דער צייט ווען מרן המחבר זי"ע האט אויפגעהערט צו זאגן ש"ס תורה ברבים. חלק ב' שמות איז ערשינען בשנת תשנ"ז, חלק ג' ויקרא בשנת תשנ"ט, חלק ד' במדבר בשנת תשס"א, חלק ה' דברים בשנת תשס"ב, מועדים חלק א' ימים נוראים ערשינען בשנת תשס"ח, מועדים חלק ב' ערשינען בשנת תש"ע.

די תורה שרייבער: הר"ר שמואל הכהן פריעדמאן- משב"ק, הר"ר נפתלי הירצקא צוויבל - חברותא פונעם רבי'ן, הר"ר יעקב ווייס ראש ישיבת פאפא, מו"ה מרדכי דוד ווידער-משב"ק, הר"ר מנחם הירש

און בקרוב קומט ארויס די איבריגע חלקים אויף די מועדים און אויף סוגיות הש"ס.

עפ"י רוב זיינע חידושים פון פארן קריג איז פארלוירן געגאנגען ביי דער צווייטע וועלט קריג.

עס איז ארויסגעקומען א ספר מיטן נאמען מילי דמיטב.

און א הגדה ברך משה.

זיין לעבנס-געשיכטע ווערט אויספירליך באשריבן אויף די יודישע שפראך אין די ספרי "ומשה היה רועה".

מחלוקת און שווערע מערכות פון זיין הנהגה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין לעבן איז געווען אנגעפילט מיט צרות און רדיפות מצד די סאטמארער חסידים וואס האבן נישט געקענט איינשטימען אז מען נעמט אויף א צווייטן רבי אויפן פלאץ פון זיין פעטער. ווי טייל טוען באמערקן איז עס אנטשטאנד געקומען אין ליכט וואס אסאך זייטיגע רבנים האבן אים נישט פארגינען דעם מלוכה שטול, און דער פריערדיגער רבי האט געלעבט האבן זיי זיך נישט געוואגט צו בונטעווען. און אזוי אויך איז פארהאן מענטשן וואס טענה'ן נאך ביז היינט אז קיינער קען נישט איבערנעמען דעם טראן פונעם ערשטן (און לויט זיי איינציגן) רבי'ן דער בעל ויואל משה. און וויבאלד זיי האבן פראבירט צו שטערן די הנהגה, האט דער רבי נישט געהאט קיין אנדער ברירה נאר זיי מרחק צו זיין פון דער קהילה. און פון זיי האט זיך פארמירט צוביסלעך מער און מער מוסדות און ארגאניזאציעס אזוי אז זיי דארפן שוין היינט אין כמעט גארנישט אנקומען צו די אפיציעלע ליניע פון מלכות סאטמאר נאר זיי גייען זיך זייער אייגענער וועג.

ס'איז געווען פארשידענע מערכות וואס זיי האבן געפירט מיט אים במשך די יארן: די חלב פרשה, קרית יואל סקול דיסטריקט און נאך.


ווען ער איז געווארן אלט, האט דער עלטסטער זון ר' אהרן זיך צעקריגט מיט משה פרידמאן (גבאי) און אליעזר קעסטנבוים. און זיי האבן טאקע אלס נקמה גרויס געמאכט דעם דריטן זוהן וואס איז געווען ביז דאן געווען אומבאקאנט און שטיל אן קיין שום פירסום, זיי האבן אים געברענגט פון ירושלים צו זיין רב אין וומ"ס און דערנאך געמאכט אלס רבי. אזוי ארום צוריק ברענגענדיג א גרויסן טייל פון די שונאים פון דעם טאטן זאלן זיך פאראייניגן קעגן די חסידים פון טאטן וואס זענען יא פארבליבן ביים עלטסטן זון.

און טראץ דעם הערשט גרויסע מיינונגס פארשידענהייטן צווישן די בני יואל, אויב מען זאל שטיצן ר' זלמן לייב אדער נישט.


די צוויי ברידער אלס רבי'ס זענען מנחם אבל טאכטער פון ר' אלימלך אשכנזי אייר תשס"ז

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


פריערדיקער:
הרב יואל טייטלבוים זצ"ל
ויואל משה-ודברי יואל
סאטמארער רבי
תש"ם - תשס"ו
קומענדיקער:
הרב אהרן טייטלבוים שליט"א
הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים שליט"א