יארצייט

פֿון װיקיפּעדיע

יאָרצײַט אָדער יאָהרצײַט איז דער טאג וואס לויפט אפ דעם יאר וואס א נפטר איז געשטארבן יענעם טאג. על פי הלכה ברויכט מען פאסטן און זאגן קדיש, אבער עס איז דער מנהג צו צינדן ליכט ווייל די נשמה האט א עלי' און צו געבן בראנפן צו טרינקן לחיים, ביי א תיקון נאכן דאווענען, און זיך וואונטשן אז די נשמה זאל ארויפגיין גרעסערע מעלות אין גן עדן.

מען פירט זיך אויך ארויפגיין צום קבר און לייגן א שטיין און זאגן קאפיטלעך תהילים און לערנען משניות.

א יארצייט פון א צדיק איז א "הילולא" ארויסצוברענגען זיינע תולדות און לערנען זיין תורה און זיך פרייען און לערנען זיין לעבן.

שבת פאר דער יארצייט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דער מנהג איז אז איינער וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיקע וואך איז א חיוב פאר אן עליה שבת. ביי א סאך חסידים איז אויך דער מנהג מכבד זיין איינעם וואס האט יארצייט בו ביום אדער די קומענדיקע וואך מיט בענטשן ביי שלש סעודות.

וועבלינק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]