חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים (ו' סיון ה'תקצ"ו - כ"ט שבט ה'תרס"ד), רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער קדושת יום טוב

אינהאַלט

אפשטאם [באַאַרבעטן]

רבי חנניה יו"ט ליפא איז געבוירן צו זיין פאטער הרב יקותיאל יהודה טייטלבוים, דער ייטב לב, א זון פון הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא.

רבנות [באַאַרבעטן]

אין יאר ה'תרכ"ד איז רבי חנניה יו"ט ליפא אויפגענומען געווארן אלס רב פון טעטש, ער איז געווען דארט רב ניינצן יאר. אין יאר ה'תרמ"ג האט ער איבערגענומען דאס רבנות און רביסטעווע פון סיגעט.

הסתלקות [באַאַרבעטן]

רבי חנניה יו"ט ליפא איז נפטר געווארן כ"ט שבט ה'תרס"ד.

פאמיליע [באַאַרבעטן]

רבי חנניה יו"ט ליפא האט געהייראט בזיווג ראשון א טאכטער פון הרב מנשה רובין רב אין ראפשיץ.

בזיווג שני האט ער געהייראט (מיט א היתר מאה רבנים) מרת חנה א טאכטער פון זיין פעטער הרב יואל אשכנזי רב אין זלאטשעוו, א זון פון הרב משה דוד אשכנזי, רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

ממלא מקומו [באַאַרבעטן]

נאך דער פטירה פונעם קדושת יו"ט אין יאר תרס"ד, האט זיין עלצטער זון רבי חיים צבי טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער עצי חיים ממלא מקום געווען, דער עצי חיים איז געווען דער פאטער פונעם לעצטן סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים זצ"ל נפטר תשס"ו. ווען דער עצי חיים איז אין יונגען עלטער פון 46 פלוצלינג נסתלק געווארן האט זיין זון רבי יקותיאל יהודה הי"ד, וואס איז נאך דעמאלטס געווען א בחור פון 14 יאר, ממלא מקום געווען דאס רבנות אין סיגעט. ער איז געווען דארט רב ביז דער דעפארטירונג, אייר תש"ד.

רעפערענצען [באַאַרבעטן]

  • לוי גראסמאן (תש"ג). שם ושארית. 
  • יצחק אלפסי (תשנ"ה). החסידות מדור לדור. מכון דעת יוסף. 
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר