יואל טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ר' יואל טייטלבוים, ה'תשי"ח

רבי יואל טייטלבוים (י"ז טבת ה'תרמ"ז 1887- כ"ו אב ה'תשל"ט 1979) איז דער גרינדער פון דעם סאטמארער חסידות. ברייט באקאנט מיט זיין שטייפע אפאזיציע צו ציוניזם.

ער איז געבוירן געווארן אין סיגעט (דעמאלסט אונגארן) י"ז טבת תרמ"ז צו זיין טאטע רבי חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים זצ"ל בעל קדושת יום טוב.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' יואל זצ"ל'ס ייחוס ציט זיך ביז דעם גרויסן רבי פון חסידים, ר' משה טייטלבוים זצ"ל פון איהעל באקאנט אלס דער ישמח משה. דער ישמח משה האט געשטאמט פון פשעמישל, גאליציע און איז געווען א מתנגד, שפעטער איז ער געווארן א חסיד אין א תלמיד פון דעם חוזה פון לובלין אונטער דער השפעה פון זיין איידעם, ר' אריה לייביש ליפשיץ, דער אריה דבי עילאי. דער ישמח משה איז געווען באקאנט מיט געבן קמיע'ס וואס מ'האט געזען גאר וואונדערליכע זאכן אפי' די גוים האבן געוואוסט דערפון.

ווען דער ישמח משה איז נסתלק געווארן כ"ח תמוז תר"א האבן זיינע קינדער נישט מצליח געווען אנצוהאלטן דאס רבנות אין אוהעל צוליב דער שטארקער מתנגדישער קהילה. זיין איינציגער זון האט געהייסן ר' אלעזר ניסן טייטלבוים זצ"ל, ער איז געווען א שטארק צוריקגעצויגענער און שארפער מענטש, נאכן זיין רב פאר א קורצע וויילע און סיגעט האט ער צוליב שטרייטן מיט די קאסאווער חסידים זיך אריבערגעצויגן קיין דראהאביטש, די היים שטאט פון זיין פרוי מרת רוזא בלימא, די טאכטער פון ר' אהרן פון חאדאראוו (לעבן דראהאביטש) אין מזרח גאליציע, און פאקטיש ממלא מקום געווען זיין שווער, וואו ער איז געווען דארט רב ביז זיין פטירה שבת תשובה תרט"ו.

דער עלצטער זון פון ר' אלעזר ניסן איז געווען ר' יקותיאל יהודה טייטלבוים זצ"ל באקאנט אלס דער ייטב לב, ער איז געווען אן איידעם ביי ר' משה דוד אשכנזי ז"ל פון טאלטשאווע און שפעטער ארויף קיין ארץ ישראל און זיך באזעצט אין צפת. דער ייטב לב איז געווען באקאנט אלס גאון בנגלה ובנסתר, ער האט געהאט א שטארקן כח מגידות, שלש עשרה מדות פאר שמע קולנו פלעגט ער האלטן דרשות קרוב צו דריי שעה. דער ייטב לב איז געווען דער ערשטער חסידישער רבי וואס האט געפירט א ישיבה.

דער ייטב לב, נאכן זיין רב און פארשידענע קהילות אין אונגארן און אין גאליציע, איז ער אין יאר תרי"ח אויפגענומען געווארן אלס מרא דאתרא פון דער גרויסער שטאט סיגעט, וואו דאס רבנות איז אנגעהאלטן געווארן ביי זיינע קינדער און אייניקלעך ביזן חורבן אייראפע ביים צווייטן וועלט קריג.

נאך זיין הסתלקות אין יאר תרמ"ג האט ממלא מקום געווען דער צווייטער זון ר' חנניה יו"ט ליפא טייטלבוים זצ"ל, דער מחבר ספר קדושת יום טוב.

דער קדושת יו"ט איז נסתלק געווארן תרס"ד כ"ט שבט. ער האט איבערגעלאזט צוויי זון, דער בכור איז געווען ר' חיים צבי טייטלבוים באקאנט אלס דער עצי חיים, ער האט ממלא מקום געווען דעם טאטען אין סיגעט, ער איז געווען דער פאטער פון דעם צווייטער סאטמארער רבי דער ברך משה. דער יונגערער זון איז געווען ר' יואל און איז קיינמאל געווען רב אין סיגעט.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' יואל און דער שטאט סאטמאר, רומעניע, אלס רב

ר' יואל איז אויפגעוואקסן ביי זיין פאטער אין סיגעט וואו ער האט געוואוינט ביז צו זיין חתונה. ער האט חתונה געהאט אין יאר תרס"ד, ממש פאר זיין פאטערס הסתלקות, מיט דער טאכטער פון רבי אברהם חיים הורוויץ ז"ל, דער פלאַנטשער רב, א ראפשיצער און דזשיקאווער אייניקל. אויך זענען זיי געווען קוזינען ווייל ר' אברהם חיים'ס פאטער ר' משה'לע ראזוואדאווער איז געווען איין איידעם ביים ייטב לב.

ער איז געזעסן גיציילטע יארן אויף קעסט ביי זיין שווער אין ראדאמישל, פוילן, בעת'ן זיין אויף קעסט האט ער זיך אויך צוגיטשעפעט צום בעלזער רב רבי ישכר דוב רוקח זצ"ל און ער האט זיך געהאלטן פאר זיינס א חסיד. שפעטער איז ער צוריקגעפארן קיין אונגארן און זיך באזעצט אין דער שטאט סאטמאר, זיבנבערגן, וואו ער האט געדאווענט אין זיין אייגענעם ביהמ"ד מיט א שיינע קבוצה חסידים.

ר' יואל האט געהאט פון זיין ערשטן זיווג דריי טעכטער, אלע דריי זענען ל"ע נאטורליך געשטארבן יונגערהייט קינדערלאז, נאך בײַ ר' יואל'ס לעבן. נאך זייענדיג אין ארשעווע איז זיין יונגסטע טאכטער אסתר געשטארבן אומפארהייראט , זי ליגט און סאטמאר. די צווייטע טאכטער האט געהייראט ר' זלמן לייב טייטלבוים (דעם זון פון זיין ברודער דער „עצי חיים"), דער לעצטער רב פון סיגעט פארן קריג. זי איז געשטארבן א יאר נאך איר חתונה, ווען ר' יואל איז געווען קראלער רב, זי ליגט אין סיגעט. די עלצטע טאכטער חי' רויזא, האט געהייראט זיין שוועסטער זון, ר' ליפא מאיער (שפעטער טייטלבוים) רב פון סעמיהאלי, א זון פון ר' חנוך העניך דוב מאיער רב אין קערעצקי אן איידעם פונעם קדושת יו"ט, זי איז ל"ע געשטארבן אין יאר תשי"ד בעת זי האט געשוואנגערט[פֿעלט אַ מקור], זי ליגט און טבריה.

און יאר תרצ"ו איז ר' יואל געווארן אן אלמן, ווען זיין פרוי חוה איז געשטארבן פון א הארץ קראנקייט, זי ליגט און סאטמאר. א יאר שפעטער האט ער געהייראט מרת אלטע פייגא שפירא ע"ה, א יונג ארעם מיידל א יתומה, פון טשענסטכאוו, פוילן. איר פאטער רבי אביגדור שפירא ז"ל, וואס האט שוין נישט געלעבט, איז געווען א חסידישער רב אין טשענסטכאוו, אן אייניקל פונעם שרף פון מאגלניצא (וואס איז געווען אן איידעם פון דעם מגיד פון קאזשניץ) און פון מאור ושמש. ר' יואל איז אריבערגעפארן קיין טשעבין לעבן קראקע, חתונה צו האבן מיט איר. די רביצין אלטע פייגא האט קיינמאל געהאט קינדער, זי איז געשטארבן אין יאר תשס"ג, און ליגט לעבן איר מאן אין קרית יואל.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' יואל באגריסט זיך מיטן ראמענישן קייסער קאראל דער דריטער, 1936.

בעת ער האט געוואוינט און סאטמאר אלס אינגערמאן, נאך דער פטירה פון דעם סאטמארער רב ר' יהודה גרינוואלד, בעל שבט מיהודה, איז געווען די רעדע אים אויפצונעמען פאר מרא דאתרא, אבער עס איז נישט געקומען לידי מעשה.[פֿעלט אַ מקור] נאך אפאר יאר זיצן און סאטמאר האט ער אנגענומען זיין ערשטע רבנות פאסטן אין דער שטאט ארשעווע, א קליין שטעטל אין קארפאטנרוס, לעבן מונקאטש, וואו ער האט אויך געפירט א ישיבה.

אין יאר תרע"ה ביי דער ערשטער וועלט מלחמה איז ער אנטלאפן פון ארשעווע און געפליכטעט צוריק קיין סאטמאר וואו ער איז האט געוואוינט דארט 6 יאר ער האט געהאט דארט זיין אייגן ביהמ"ד וואס מען האט גערופן "דער ארשעווער ביהמ"ד" און פולע אידן פון סאטמאר האבן זיך באהאפן צו איהם, אויך איז ער געווען שטארק נאנט מיטן ארטיגן רב ר' אליעזר דוד גרינוואלד, וואס האט אים שטארק גישעצט. אין יאר תרפ"א איז ער צוריקגעפארן קיין ארשעווע.

אין יאר תרפ"ד האט ער פארלאזט ארשעווע און אנגענומען דעם רבנות פאסטן און מיטגעברענגט זיין ישיבה אין דער שטארק חסידישער שטאט קראלי, זיבנבערגן, רומעניע, ביים גרענעץ פון אונגארן, ער האט ממלא מקום געווען הרב שאול בראך זצ"ל וואס איז דאן געווארן רב אין קאשוי (היינט סלאוואקיי). דארט אין קראלי האט זיך ר' יואל ערווארבן צו איינע פון די גרעסטע חסידישע מנהיגים און אייראפע, פילע חסידישע אידן האבן אנגעהויבן זיך צו באהעפטן צו אים. ר' יואל האט שפעטער געזאגט אז זיינע בעסטע יארן איז געווען אין קראלע וואו ער האט געהאט א פארהעלטענמעסיקע קליינע קהלה מיט מינימאלע שטערונגען און אין רוחניותדיגע ענינים האט מען נישט געדארפט קיין סאך טוען ווייל דער פריערדיגע רב האט אלס אוועקגעשטעלט ווי עס ברויך צו זיין און ער האט געקענט רואיג זיצן און דינען דעם אייבישטן.[פֿעלט אַ מקור]

און יאר תרפ"ח איז פלוצלינג נסתלק געווארן דער סאטמארער רב, ר' אליעזר דוד גרינוואלד, דער קרן לדוד, איז דאן ווידער ערוועקט געווארן די געדאנק פון אויפנעמען רבי יואל פאר רב, ר' יואל האט דארט געהאט פילע אנהענגער און חסידים, נאך גיציילטע יארן פון צאנקערייען מיט די ארטיגע אשכנז'ישע איינוואוינער, צוויי וואלן און צוויי דין תורות ווי ר' יואל האט אלס געזיגט, האט ר' יואל פארלאזט קראלי און אריבערגעקומען זיך באזעצן אין שטאט און יאר תרצ"ד, זעקס יאר נאכן הסתלקות פון לעצטן רב.

סאטמאר איז א גרויסער באוואוינטער צענטער שטאט ווי עס האבן געוואוינט טויזענטער פרומע אידן פון פארשידענע שיכטן און קרייזן. דארט און סאטמאר האט ר' יואל געפירט א גרויסע ישיבה. ר' יואל איז געווען דארט רב ביזן חורבן אייראפע, ווען מ'האט ניסן תש"ד קאנצעטרירט די סאטמארער אידן אין געטא, און זיי שפעטער ליקווידירט קיין אוישוויץ הי"ד.

רעטונג פון די נאציס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

בשעת די מלחמה האט ער קודם פרובירט זיך צו אריבערשווערצן דעם רומענישן גרעניץ, וואס איז נישט געווען אונטער די דייטשע אקופאציע, ער מיט נאך א קליינע צאל אידן זענען אין גרויס געהיים געפארן פארשטעלט אין א רויטער קרייץ טראק פון סאטמאר קיין קלויזענבורג, א וועג פון בערך 3-4 שעה, אנקומענדיג אהין און מיטן נאכט ביים גרעניץ האט זיך ארויסגעשטעלט אז דער איד וואס האט געדארפט אנצייגן די וועג אריבער דעם גרעניץ און פארהאנדלן מיט אן ארטיגן גוי וואס האט געוואוינט ביים גרעניץ, אט דער איד איז ארונטערגעבליבן און איז נישט מיטגעקומען, צוליב פרעמדע אידן וואס האבן זיך אריינגעשטיפט און מיטן די טימעלניש איז דער איד נישט מיטגעקומען, דער פירער פונעם טראק האט מיט רעגעניש זיי אלע אראפגעווארפן פונעם טראק שיצלאז און מיטן פרייען גאס, ווי יעדער איז זיך צולאפן. די אלע אידן צוזאמען מיט ר' יואל האבן די געסטאפא געכאפט און ארעסטירט און דערנאך זיי אריינגעשיקט און די קלויזנבורגער געטא.

נאכן זיצן אפאר וואכן אינעם קלויזענבורגער געטא, און די דייטשן האבן אנגהויבן צו דעפארטירן די קלויזענבורגער אידן קיין אוישוויץ, האבן זיינע חסידים איבער די וועלט אנגעהויבן צופארארבעטן איהם ווי אמשנעלסטן ארויסצוראטעווען איידער מ'דעפורטירט איהם, און מיט שווערע אינטערווענצן פון שוחד און שתדלנות איז געלונגען אריינצושטעלן איהם מיט זיין פרוי מרת אלטא פייגא און זיין גבאי ר' יוסף אשכנזי, און א ספעציעלע באן קיין בודאפעסט מיט בערך 2000 אידן וואס א געוויסער ציוניסטישער אקטיוויסט רודאלף קאסטנער מיטן היופט עס עס אדאלף אייכמאן האבן פארהאנדלט אפצוראטווען פאר שווערע געלטער, גאלד און צירונגען זיי צו ארויספירן קיין שווייץ.

כאטש ער (קאסטנער) האט נאר געוואלט ראטעווען אונגארישע ציוניסטן מיט דער באן, וואס איז געפארן אויף דער שווייץ, דאך האט ער מיט געלאזט אפאר רעליגיעזע אידן און צווישן זיי דער סאטמארער רבי רבי יואל פאר אסאך געלט וואס איז צאמגעשטעלט געווארן דורך זיינע חסידים און סימפאטיקער איבער דער וועלט.

אויפן וועג איז די באן פארדרייט געווארן דורך די דייטשן צו בערגן בעלזן וואו זי איז געבליבן פיר מאנאטן צוליבן אויסרייד אז מען האט נישט אויסגעצאלט די גאנצע צוגעזאגטע געלט, און עס האט 2 מאל געהייסן אז מ'פארקירעוועט דעם באן קיין אוישוויץ צו פארניכטונג, אבער נאך גאר אינטענסיווע פארהאנדלונגען און גרויסע געלטער וואס איז אפגעשיקט געווארן פון אמעריקע איז ר' יואל מיט די איבעריגע אידן אריבער קיין שווייץ אום כ"א כסלו תש"ה .

סאטמארער חסידים גלייבן אז די סיבה פארוואס קאסטנער האט אים מיטגענומען איז צוליב א חלום וואס קאסטנער'ס שווער האט געהאט וואס זיין מאמע קומט אים אין חלום אז אויב דער רבי וועט נישט זיין אויפן באן, וועט קיינער נישט איבערלעבן.

שפעטערע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ער האט געוואוינט פאר א שטיק צייט נאך דער מלחמה אין ירושלים, אבער נאכדעם וואס ער איז געקומען אויף א באזוך קיין ניו יארק, אמעריקע , (ווי טייל זאגן איז ער געקומען צוזאמשטעלן געלט פאר די מוסדות אין ארה"ק), האט ער זיך דארט באזעצט אין איז געבליבן וואוינען דארט קודם אין דעם איסט סייד געגנט און דערנאך אין וויליאמסבורג, וואו ער האט געגרינדעט די ברייט פארצווייגטע תורה אימפעריע וואס רופט זיך אונטערן נאמען "סאטמאר", אריינגערעכענט: די קהילה קהל יטב לב (בתי מדרשים, מקוואות, בתי הוראה, בית השחיטה, מצה בעקעריי, און נאך) און די מוסדות וואס ווערט גערופן ישיבה תורה ויראה ובית רחל (תלמוד תורה פאר אינגלעך, ישיבות פאר אינגערע און עלטערע בחורים, בית חינוך לבנות זומער קעמפ'ס). נאך די פטירה פון הרב זעליג ראובן בענגיס ז"ל ירושלימער רב האט איהם די עדה החרדית אויפגענומען אלס רב אין ירושלים און ער האט געהאלטן דעם טיטל ביז זיין פטירה אבער ער איז געבליבן וואוינען אין אמעריקע.

עס איז אנגענומען ביי א סאך נייטראלע אבזעווירער, אז דער סאטמערער רב אינאיינעם מיט רבי אהרן קאטלער קומט בעיקר צו פארדאנקען פארן אויפשטעלן יודישקייט אין אמעריקא. אין די ערשטע יארן פלעגן די מאדערנע יודן אנרופן איינעם וואס איז א פרומער אזוי אין דער אלטער היים - "א סאטמארער".

אויך האט ער מיט זיין רביצין מרת אלטע פייגא געגרינדעט אסאך וואוילטעטיגע ארגאניזאציעס ווי ביקור חולים, רב טוב, און קרן הצלה.

ביי דער ענדע פון זיין לעבן האט ער געגרינדעט דאס פרומע שטעטל קרית יואל אין מאנרא, ניו יארק. וואו ער איז געווען דער ערשטער באגראבן צו ווערן.

ביי זיין לויה האבן זיך באטייליגט איבער 100,000 באגלייטער, זיינע חסידים און נאנטע זענען געווען אזוי צעבראכן און פארלוירן אז זיי האבן אים בטעות אריינגעלייגט פארקערט מיט די קאפ צו די שטאט און נישט מיט די פיס צו די שטאט ווי מען האט געוואלט/געדארפט טאן.[פֿעלט אַ מקור]

מלחמה מיט ציונות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי איינע פון די פילע פראטעסטן קעגן ציונות מיט זיין נעפע דער שפעטערדיגער סאטמארער רבי ר' משה טייטלבוים

זיין הויפט לעבן איז געווען געווידמעט, און וועט געדענקט ווערן, זיין פייערדיגע קאמף קעגן ציונים, און איז מיט דעם שטארק באוואוסט, צווישען זיינע ספרים זענען ויואל משה, על הגאולה ועל התמורה און נאך. אבער די אויסגערעכנטע זענען די איינציגסטע וואס ער אליין האט געשריבן.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויסער די פילע ספרים וואס מען האט ארויסגעגעבן פון תורות וואס דער רבי האט געזאגט, איז פארהאן פילצאליגע ספרים פון ליקוטים און ביאורים אויף די חידושים און מנהגים פון רבין.


און פיל נאך.

רעפרענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


פריערדיקער:
--
אדמור"י סאטמאר
תרצ"ד - תרל"ט
קומענדיקער:
הרב משה טייטלבוים זצ"ל
ברך משה