געטא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טויער פון דער קראקעווער געטא

דאס ווארט געטא שטאמט פון איטאליעניש. אין דער מיטל אלטער אין איטאליע איז געווען קליינע היימישע דערפלאך ווו יידן האבן געוווינט מיט אן אייגענעם קולטור. די ערשטע געטא איז געווען אין ווענעדיג.

היינט ניצט מען דאס ווארט "געטא" מיט א צינישן אויסדרוק צו אנווייזן שטעט און דערפלעך וואו אידן וואוינען פון אייגן ווילן אונטער שטרענגע רבנישע אנווייזונגען ווי צום ביישפיל וויליאמסבורג, טאהש, קאשוי, נייטרא, בני ברק, מאה שערים אד"ג.

געטאָס בעת דער צװײטער װעלט מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאָס װאָרט געטאָ אין באַציונג צו די קאַטעסטראָפֿע פֿונעם ייִדנטום אין דער צװײטער װעלט מלחמה, איז אַ װױנונג־פֿערטל װוּ די דײַטשן האָבן באַװעגט אַהין ייִדן איבערהױפּט פֿון מיזרח־אײראָפּע בשעת דער צװײטער־װעלט־קריג.

כסליו ה'ת"ש (סוף 1939) האט דער נאציסטישער הויפט קאמאנדאנט ריינהארד היידריך באפעלט צו צענטראליזירן און צונויפנעמען אלע יידן פון מיזרח פוילן אין איינציקע ענגע וווינונג-פערטלעך וואס זאל זיין נעבן א קרייצוועג פון באנען.

די געטאס האבן באדינט די נאציס צו קאנטראלירן אויף די יידן, און קענען אויספירן זייער אידיאלאגיע פון פארניכטן דעם יידישן פאלק. אין די געטאס האט מען שטארק געפייניקט און דערנידערט די יידן גייסטליך און פיזיש, ארום 20 פראצענט יידן פון די גרויסע געטאס זיינען געשטארבן פון פיין, געצוונגטע ארבעט, הונגער אא"וו. אבער פאר די דרויסנדיקע וועלט האבן די נאציס באהאלטן זייערע אומפארשעמטע אקטן, און דערקלערט אז די געטאס זיינען גוטע אויטאנאמישע פלעצער פאר די יידן.

די גרעסטע געטא איז געווען די ווארשעווער געטא מיט ארום 450,000 מענטשן און דערנאך לאדזשער געטא מיט ארום 200 טויזנט מענטשן. די נאציס האבן באשטימט א יודענראט (א ראט פון יידן) זאל קאנטראלירן און מאכן ארדענונג אין די געטאס.

דאס לעבן אין דער געטא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס לעבן אין דער געטא איז געווען שרעקלעך אין אלערליי תחומים:

  • ענגשאפט: דאס לעבן אין געטא איז געווען זייער ענג, ווי צב"ש אין דער ווארשעווער געטא האבן די נאציס אריינגעשטופט צווישן 15 ביז 20 מענטשן אין איין קליין צימער. וואס דערפאר האבן די מענטשן פארברענגט א גאנצן טאג אין די גאסן און נישט געזעצן אין שטוב.
  • ריינקייט: איז געטא איז נישט געווען זייף און גענוג וואסער צו רייניקן דעם קערפער, און דאס האט גורם געווען צו פארשפרייטן שרעקליכע אנשטעקיקע קראנקייטן ווען מעדיצינען איז נישט געווען.
  • היץ: אין געטא איז נישט געווען קיין אויוונס, למשל אין לאדזשער געטא האבן מענטשן אפגעריסן פענסטערס, בעטן, טירן אד"ג כדי צו האבן מיט וואס זיך אנווארעמען. פיל מענטשן זיינען געשטארבן פון קעלט.
  • הונגער: די באשטימע מאס עסן אין געטא איז געווען זייער ווייניק, בלויז 184 קאלאריען א טאג פאר א מענטש, וואס דאס איז ווייניקער פון 10 פראצענט פון וואס א מענטש דארף עסן א טאג. דאס געטא איז געווען אפגעשיידט פון שטאט, און מע האט נישט געקענט אריינבריינגען עסן פון דערויסן. אזוי האבן פיל מענטשן, (א פערטל פון רוב געטאס), איבערהויפט קינדער, געשטארבן, אויך אלס דעם האט זיך אנטוויקלט פיל כוליגאנישקייט אין די גאסן, מען האט געכאפט עסן איינער פון צווייטן אא"וו. אבער כאטש דעם איסור פון אריינברענגען עסן פון דרויסן האבן אזעלכע מצליח געווען אריינשמוגלען פון דרויסן עסן איבערהויפט אין ווארשעווער געטא וואס 80% פון די שפייז זיינען געווען פון דרויסן.
  • דערצאיונג: אין געטא איז נישט געוועזן קיין פארמאלע שולעס פאר קינדער, נאר אומפארמאלע שולעס וואס זייער ווייניק קינדער האבן זיך מיטגעטיילט. אזוי האבן די קינדער זיך געדרייט פוסט און ליידיק אין די גאסן אין פארלויף פון 3 יאר.
  • יידישקייט: די נאציס האבן פארבאטן צו איינפירן יידישע מצוות און מנהגים, אבער טראצדעם האבן די רעליגיע שטילערהייט מקיים געווען תורה און מצוות. הרב יצחק ניסנבוים האט באשטימט דעם באגריף "קידוש החיים", און האט געזאגט אז ביי די שואה איז דאס לעבן "קידוש החיים" וויכטיקער פון "קידוש השם", און מע מעג אויפגעבן פון היטן די תורה אויף צו בלייבן לעבן.
  • ארבעט: די נאציס האבן געצווונגען די יידן ארבעטן געצוונגטע ארבעט (ארבעט אָן א באשטימטן צוועק, ווי צב"ש אריבערפירן שטיינער פון איין ארט צום צווייטן אהין און צוריק). פון אייר ה'ת"ש (יוני 1940) האבן די נאציס געבויעט באשטימטע ארבעטס לאגער. פיל פויערס זיינען געשטארבן פון די שווערע ארבעט נאך וואס צודערצו זיינען זיי געווען הונגעריק.

עס איז אינטרעסאנט צו אויפמערקן אז כאטש די אלע אויסטערלישע שווערקייטן האבן זיך די יידן דערהאלטן, עס איז כמעט נישט געווען קיין זעלבסטמארדער אין די געטאס.