יקותיאל יהודה טייטלבוים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם סיגעטער רבי, בעל ייטב לב. אויב איר זוכט אן אנדער באדייטונג, זעט יקותיאל יהודה טייטלבוים (באדייטן).
די מצבה פון רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים

רבי יקותיאל יהודה טייטלבוים (ה'תקס"ח - ו' אלול ה'תרמ"ג) רב אין סיגעט, באקאנט אלס דער ייטב לב.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יקותיאל יהודה איז געבוירן און יאר ה'תקס"ח, צו זיין פאטער הרב אלעזר ניסן טייטלבוים, רב אין דראהאביטש, א זון פון הרב משה טייטלבוים דער ישמח משה. און צו זיין מוטער מרת רויזא בלימא א טאכטער פון הרב אהרן, רב אין חאדאראוו.

רבנות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין יאר ה'תקצ"ג האט מען אויפגענומען רבי יקותיאל יהודה רב אין סטראפקאוו, נאך זיין זיידן'ס פטירה אין יאר ה'תר"א האט מען אים אויפגענומען אלס רב אין אוהעל. אין אוהעל האט מען זיך אויסגענומען מיט רבי יקותיאל יהודה פארשידענע באדינגונגען איבער חסידישע אויפפירונגען און אז ער זאל נישט זאגן לאנגע מוסר דרשות, ווען פארשידענע לייט האבן קעגן אים באקלאגט ביי די באהערדע, האט מען אים פאריאגט פון דארט ערב ראש השנה ה'תר"ז, אין איז אויפגענומען געווארן רב אין גארליץ.

אין יאר ה'תרט"ז איז רבי יקותיאל יהודה געווארן רב אין דראהאביטש, ער דארט מיטגעמאכט שווערע רדיפות, אויף די עלטער האט ער זיך אויסגעדרוקט, דאס איז געווען מיינע ביטערסטע יארן.

י"ח תמוז ה'תרי"ח איז ער אויפגענומען געווארן רב אין סיגעט.

הסתלקות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יקותיאל יהודה איז נפטר געווארן ו' אלול ה'תרמ"ג.

פאמיליע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי יקותיאל יהודה האט געהייראט מרת רחל א טאכטער פון הרב משה דוד אשכנזי רב אין טאלטשאווא. זייערע קינדער:

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר