ישיבה
א ישיבה איז אן ארט ווי בחורים זיצן און לערנען תורה א גאנצן טאג. א ישיבה פאר יונגעלייט נאך די חתונה רופט מען "כולל".
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] ישיבה בחור
א ישיבה-בחור איז א יידישער יוגענטליכער עלטער פון 13 יאר וועלכער לערנט אין א ישיבה.
[באַאַרבעטן] סארטן ישיבות
[באַאַרבעטן] ישיבה גדולה
א ישיבה גדולה איז א ספעצילע שולע פאר פאַר ערוואַקסענע בחורים אין עלטער פון 17 יאר און העכער ביז די חתונה (בערך 20) צו לערנען יידישע שריפטען ווי די תורה, גמרה און מפרשים.
[באַאַרבעטן] ישיבה קטנה
ישיבה קטנה - פאַר ערוואַקסענע אין עלטער פון 14 ביז 17.
[באַאַרבעטן] אנטוויקלונג פון ישיבות אין דער היינטיגער עפאכע
די סארט ישיבה וואס מען זעט היינט שטאמט פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואס רבי חיים וואלאזשינער, א תלמיד פונעם ווילנער גאון, האט געגרינדעט אין תקס"ב. ביז דעמאלסט האבן בחורים געלערנט אין א ישיבה אין דער שטאט וואו זיי האבן געוואוינט. אין דער וואלאזשינער ישיבה האבן געלערנט בחורים וואס זענען געקומען קיין וואלאזשין פון דערווייטענס צו לערנען אין דער ישיבה.