עזרא

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

עזרא איז געווען א מנהיג פונעם יידישן פאלק וואס איז צוריקגעקומען פון גלות בבל אין ארץ ישראל אויפצובויען דעם צווייטן בית המקדש, בערך אין יאר ג'ש. ער איז געווען א מיוחס'דיגער כהן א זון פון שריה הכהן פון בית צדוק.

דער פערסישער מלך ארתחשסתא האט געגעבן עזרא רשות צו פירן די יידן צוריק קיין ארץ ישראל, אבער ווייניג יידן זענען געקומען מיט אים. פון די לוויים איז כמעט קיינער נישט געקומען. ווען עזרא איז אנגעקומען איז ער געוואויר געווארן אז די יידן אין ארץ ישראל זענען געווארן אסימילירט צווישן די גויים, און אסאך פון זיי האבן חתונה געהאט מיט גוי'אישע ווייבער. ער האט זיי געמאכט אלע שווערן אז זיי וועלן זיך אפטיילן פון די פרעמדע ווייבער.

עזרא האט איינגעפירט:

  • אז מען זאל שרייבן א ספר תורה אין כתב אשורי.
  • אז מען זאל רופן די חדשים מיט די בבלישע נעמען ניסן, אייר, א.א.וו. אנשטאט די אלטע נעמען (אביב, זיו, ירח איתנים, בול).

עזרא הסופר איז געשטארבן ט' טבת אין יאר .

יוסיפון שרייבט אין קדמוניות היהודים אז עזרא ליגט באגראבן אין ירושלים. אבער ס'איז פאראן א מסורה אז עזרא ליגט אין באסרא איו בבל (היינט איז דאס איראק). במשך הונדערטער יארן פלעגן יידן גיין אויף זיין ציון.

תקנות עזרא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די גמרא (ברכות כ"ב:; ובבא קמא פ"ב.) ברענגט צען תקנות וואס עזרא האט מתקן געווען:

  1. מ'זאל ליינען די תורה יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (בכדי ס'זאל נישט זיין דריי טעג איינס נאך אנאנד אן תורה, ווי אויך שבת צו מנחה (פאר די וואס האבן פארפעלט דאס תורה ליינען אינמיטן דער וואך.
  2. מ'זאל ליינען די תוכחה פאר שבועות (פרשת בחקתי) און פאר ראש השנה (פרשת כי תבא) ווייל „תכלה שנה וקללותיה" (מגילה לא:).
  3. די בתי דינים זאלן זיצן יעדן מאנטאג און דאנערשטאג (די זענען געווען די מארק טעג).
  4. מ'זאל וואשן די קליידער דאנערשטאג (כדי צו האבן צייט פרייטאג פאר די אנדערע הכנות אויף שבת).
  5. עסן קנאבל פרייטאג צונאכט.
  6. די ווייבער זאלן פריש ברויט יעדן אינדערפרי.
  7. די ווייבער זאלן גיין אנגעטון אונטערקליידער (וועגן צניעות).
  8. א ווייב זאל זיך גוט קעמן די האר מיט א קאם איידער זי טובל'ט זיך אין דער מקוה.
  9. פעדלערס זאלן ארומדריין די שטעט פארקויפן צירינג.
  10. א בעל קרי טאר נישט לערנען תורה ביז ער טובל'ט זיך (טבילת עזרא).

זע אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]