ארטאדאקס יידנטום
פֿון װיקיפּעדיע
דאס אָרטאָדאָקסישע־ייִדנטום - ביים יידישן פאלק איז דאס די מעהר פרומע חלק פון כלל ישראל - איז א שטרעמונג וואס נעמט אריין אין זיך חסידים, ליטאים, און די מזרחי וואס גלויבן אין ציוניזם.
אפילו פרייע און טראדיציאנעלע יידן וועלן זיך ענדערש אנקערן צו ארטאדאקסיע ווי אלע זייערע אידישע פיהרונגען ווי יום כיפור דאווענען אדער בר מצווה'ס, לוויות, חתונות ווערן געטועהן אויף א ארטאדאקסישען וועג.
אין ארץ ישראל און אייראפע זענען רוב יידן - ארטאדאקסן. אין אמעריקא זענען רוב יידן - קאנסערוואטיווער אדער רעפארמער.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] היסטאריע
ארטאדאקסיע איז נישט די ארגינאלע טראדיציע נאך פון די צייטן פון די גמרא אדער פריער זיי האבען דורך די יאהרען באפעסטיגט אין געטוישט אסאך, צוליב די מאדערניזאציע וואס האט געשוועבט דורך אויס די יאהרען,
אין די צייטען פון חת"ם סופר ווען די ווינטען פון השכלה און מאדערניזאציע האט געבושעוועט לענגאויס אייראפע איז ארטאדאקסיע אנגענימען געווארען אלץ אן אפיציעלער שטרעמונג אפטיילענדיג גענצליך פון די אנדערע שטרעמונגען (לויט געוויסע איז דעמאלטס געשאפען געווארען ארטאדאקסיע) און די באקאנטע סלאגאן איז געווארען אדאפטירט "חדש אסור מן התורה", און אזוי זענען אלע מנהגים, ענינים, געווארען הייליג אויף זיך מוסר נפש זיין אויף דעהם פונקט ווי מצוות עשה'ס דאורייתא'ס,
[באַאַרבעטן] היינט
די מעהר פרומע טענה'ן אז נאר זיי קענען ווערן אנגערופן ארטאדאקסן ווייל זיי ריקן זיך נישט אוועק א קוצו של יוד פון יידישקייט.
די אנדערע טענה'ן מיר זענען נאך נישט אויסגעשלאסען פון אידישן לעבן צו ווערן אנגערופן רעפארמער.
די אייניגקייט איז אז אלע "ווען" זיי פראקטיצירען טראדיציע טועהן זיי דאס מיט א הלכה'דיגען פערספעקטיוו.