חיים וואלאזשינער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי חיים וואלאזשינער (ז' סיון ה'תק"ט - י"ד סיון ה'תקפ"ט) איז געווען דער הויפט תלמיד פון דעם ווילנער גאון, און האט אויפגעשטעלט די "מוטער ישיבה" אין וואלאזשין (היינט בעלארוס).

רבי חיים איז געבוירן ז' סיון תק"ט צו זיין פאטער ר' יצחק בן חיים, פרנס אין דער וואלאזשינער קהילה, און צו זיין מוטער רבקה, א טאכטער פון רבי יוסף ראפאפארט. ער האט געלערנט תורה ביי רבי רפאל הכהן האמבורגער (מחבר פון "תורת יקותיאל"), דער מינסקער רב, און ביי רבי אריה לייב גינצבורג, דער "שאגת אריה", בשעת ער איז געווען רב אין וואלאזשין.

ווען ער איז געווען אלט ניינצן יאר איז ער געווארן מקורב צום ווילנער גאון ביז ער איז געווארן זיין תלמיד מובהק.

רבי משולם דוד סאלאווייטשיק דערציילט אין נאמען פון זיין פאטער דעם בריסקער רב:‏[1]

אינעם שטעטל וואלאזשין ווען עס פלעג שנייען, האט עס געשנייט א לאנגע צייט ביז אלע וועגן זענען געווען פארדעקט. די ישיבה בחורים האבן באמערקט אז יעדע מאל וואס עס איז געפאלן א שווערער שניי, און אלע וועגן פונעם שטעטעלע זענען געווען פארמאכט צוליבן הויכן שניי, איז אבער דער וועג וואס האט געפירט צו דער ישיבה געווען ריין און לייכט צו גיין.
ווען מען האט נאכגעפארשט וועגן דעם, און אויפגעשטאנען פרי צו דערגיין וואס קומט פאר דא, האט מען געזען ווי רבי חיים וואלאזשינער איז אויפגעשטאנען פארטאגס און האט אליין געארבעט אוועקצוקערן דעם שניי וואס האט זיך פארזאמלט.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • נפש החיים

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אהרן פערלאוו אין דער אידישע טריבונע, 2074, י"ד סיון תשע"א, אין נאמען פון הרב שמעון יוסף מעלער