פדיון הבן
פֿון װיקיפּעדיע
פדיון הבן איז מצוות עשה פון די תרי"ג מצוות אז דער טאטע דארף אויסלייזן זיין קינד, וואס איז בכור צו זיין מאמען, ווען ער ווערט אלט א חודש, מיט 5 שקלים, וואס זענען ריין זילבער, אדער א זאך וואס איז ווערט די סכום, ביי א כהן.
א יתום אדער איינער וואס דער טאטע האט אים נישט אויסגעלייזט דארף זיך אליין אויסלייזן ווען ער איז שוין א אויפגעוואקסענער.
[בעאַרבעטן] די מקור פון די מצווה
די מצווה פון פדיון בכור געפונען מיר עטליכע מאל אין די תורה, די ערשטע מאל אין ספר שמות יג, יג: "...וכל בכור אדם בבניך תפדה".

