תלמוד בבלי

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שמונה עשרה · שחרית · מנחה · ערבית
שמע ישראל · קריאת התורה · מוסף
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
בית כנסת · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם



דער תלמוד, באקאנט צווישן ארטאדאקסישע אידן אלץ גְמָרא, איז א זאמלונג פֿון ערקלערונגען אויף די משנה פֿון די רבנים און תלמידי חכמים וואס זענען באקאנט אלס אַמורָאים. עס איז דא צוויי תלמודים, דער תלמוד בבלי און דער תלמוד ירושלמי. לויט דער טראדיציע האבען רבינא און רב אשי רעדאקטירט דעם תלמוד בבלי. זיי האבן געלעבט אין דעם פֿונפֿט'ן יאָהרהונדערט אין פערזיען. דער תלמוד ירושלמי איז צוזאמענגעשטלט געווארדען דורך רבי יוחנן און זיינע קאלעגען, וואס האבען געלעבט אים פֿירט'ן יאָהרהונדערט אין ארץ ישראל.

צייטליך פֿאנגט די פעריאדע פֿון דעם תלמוד אָן מיט דעם שרייבען פֿון דער משנה, אונגעפֿער אים יאהר 200 למנינם. פֿון דאן אָן הייסען די גרעסטע רעליגיעזע לעהרער נישט מער תנאים נאר אמוראים.

חאטשע די תלמודים זענען גיווארען רעדאקטירט דורך רבינא און רב אשי איינערזייטס, און רבי יוחנן מיט זיינע קאלעגען אנדערזייטס, האט דער תלמוד דאן נאך נישט געהאט די היינטיגע פֿארם. בעזאנדערס דער באבילאָנישער תלמוד איז געווארען ווייטער פֿארארבייטעט דורך די רבנן סבוראי, די אנאָנימע אונפֿירער פֿון דעם זעקסט'ן יאָהרהונדערט.

צוויי גמרות

(אַרױסגערעדט: געמאָראַ) דאָס װאָרט „גמרא“ שטאַמט פֿון אַראַמיִש, דער טײַטש איז „לערנען“, און דערמיט װערט אױך באַצײכנט דער פירוש און צוגאַב צו דער משנה װאָס איז באַקאַנט אַלץ „גמרא“. װעגן דעם צוזאַמענשטעל פֿון גמרא, צײַט פֿון דער רעדאַקאַציע און איר אינהאַלט געבן מיר בײַם זוכװאָרט "תּלמוד".

[באַאַרבעטן] איבעיא

עס איז די אפטייטש פון א "שאלה" אין אראמיש. מיר געפונען זייער אסאך אין גמרא "איבעא להו" וואס די רבי אין חדר פלעגט טייטשן "האבן די בני ישיבות א בעיא געפרעגט.

ווען בן יהודה האט ערפינדען דער שפראך עברית האט ער אויף דעם יסוד איבערגעטייטשט דאס ווארט פראבלעם אויף "בעיה". ווייל א שאלה מיט א פראבלעם זענען אינעם זעלבן גאנג.

די מפרשים זאגן אז ווען עס שטייט אין גמרא "תיקו" נאך אן איבעיא איז דאס די ראשי תיבות פון תשבי יתרץ קושיות ואבעיות. לאמיר האפן אז גאר בקרוב וועט דאס פאסירן.



[באַאַרבעטן] וועבלינקען