ברית מילה

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
יידן און יידישקייט
מנורה
עיקרי האמונה
אמונה · שלושה עשר עיקרים
עשרת הדיברות · תורה · מצוות · משיח
הייליגע ספרים אידישע שטרעמונגען
תנ"ך · תורה
משנה · תלמוד
זוהר · מדרש
שלחן ערוך
חרדים · חסידים
ארטאדאקסן
קאנסערוואטיווער
רעפארמער
הויפט פערזענלעכקייטן
אבות ואמהות · משה · דוד
נביאים · עזרא · הלל · תנאים · ריב"ז
ר' עקיבא · אמוראים · סבוראים · גאונים
ראשונים · רמב"ם · יוסף קארו · אחרונים
עבודת ה' און ימים טובים
שחרית · מוסף · מנחה · ערבית
שמע ישראל · שמונה עשרה · קריאת התורה
קידוש · ברכה · תפילות און ברכות
ראש השנה · יום כיפור · סוכות
פסח · שבועות · תשעה באב
אידיש קהילה לעבן
אויפגאבעס:
רב · דיין · חזן
גבאי · מוהל
שוחט · קברן
מוסדות:
שול · מקווה
חדר · ישיבה
כולל · בית מדרש
מקומות הקדושים
דער משכן · בית המקדש · הר הבית
כותל המערבי · מערת המכפלה
קבר רחל · קבר יוסף · קברי צדיקים
ירושלים · חברון · טבריה · צפת
מצוות און מנהגים
הלכה · תרי"ג מצוות · בית דין · תפילה
לימוד תורה · צדקה · גמילות חסדים
שמע ישראל · ברית מילה
פדיון הבן · בר מצווה · נישואין
טהרת המשפחה · לוויה · קבורה
שבעה · קדיש · חברה קדישא
זעט אויך
גיור · שומרונים · קראים · מינים
יידן · אנטיסעמיטיזם


ברית, אדער ברית מילה איז איינס פון די חשוב'סטע מצות אין די תורה.

עס ווערט געטאן אויף די אבר פון א זכר. מען שנייט דאס הייטל, וואס דעקט איבער די עטרה.

אינהאַלט

די מצוה [באַאַרבעטן]


וואס שניידט מען אראפ [באַאַרבעטן]

מען שניידט אראפ א הייטל וואס דעקט איבער דעם גאנצן עטרה.

די מצוה פון ברית מילה [באַאַרבעטן]

  • די מצוה איז איינגעטיילט אין דריי:

חיתוך [באַאַרבעטן]

דאס איז שניידן די הויט.

פריעה [באַאַרבעטן]

דאס איז דאס אויפרייסן דאס אונטערשטע הייטל אויף דעם אבר.

מציצה [באַאַרבעטן]

דאס איז אויסנאגן דאס בלוט פון די שניט, די גמרא זאגט אז דאס איז פאר געזונטהייט סיבות. עס איז מקובל, און אזוי ווערט געברענגט אין הלכה דאס צו טאן מיטן מויל, און דאס ווערט אנגערופן מציצה בפה.

מנהגים [באַאַרבעטן]

כסא של אליהו [באַאַרבעטן]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – כסא אליהו

וויבאלד אליהו הנביא קומט צו יעדן ברית, גרייט מען אהן אַ שיין בענקל און מען רופט דאס כסא של אליהו, מען לייגט דאס קינד אויפ'ן כסא של אליהו פאר'ן ברית. א טייל האבן דעם מנהג אז דער סנדק מיט'ן קינד אויף זיין שויס זיצן אויף דעם.

סנדק [באַאַרבעטן]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – סנדק

מען איז מכבד א חשוב'ן איד מיט סנדקאות.

קריאת השם [באַאַרבעטן]

מען גיבט א נאמען דאס נייע געבוירן קינד.

סעודת הברית [באַאַרבעטן]

מען פירט זיך ביי אלע אידן אז מען מאכט א סעודה נאכן ברית, דאס איז אַ סעודת מצוה און א בכור מעג אויספאסטן ערב פסח פאַר אזא סעודה.

  • ביי רוב שבח אידן פירט מען זיך דוקא צו עסן פלייש אדער טשיקען ביי די סעודה וויבאלד עס איז א חשוב מאכל. אבער סאיז היינט שטארק איינגעפירט אז וויבאלד א ברית קומט געווענליך פאר אינדערפרי און מענטשן גלייך'ן נישט זיך פליישיג צו מאכן אינדערפרי, געבט מען א מילכיגן פרישטיק אנשטאט.

פארוואס האט גאט געהייסן זיך מל זיין [באַאַרבעטן]

די פראגע פארוואס איז נישט קיין נארישע. אידישע קינדער זענען מקיים גאטס געבאטן, און יעדע זאך האט א טעם. נישט איין טעם אדער סיבה, נאר מערערע. פשוט'ע סיבות און העכערע סיבות. מיסטישע און לאגישע. זאכן וואס מיר פארשטייען נישט און זענען העכער אונזער שכל, איז אויך גענוג סיבה פארוואס מיר דארפן פאלגן און אננעמען דעם געבאט. אבער יעדע מצוה האט א טעם דערביי, און די ראשונים מיטשען זיך גענוג צו טרעפן וואס מער טעמים פארוואס גאט האט אזוי געהייסן.

דא ביי ברית מילה, זאגט די תורה ארויס, אז דאס מל זיין דעם אבר הזכר, איז אן אות, א צייכן, צווישן אידן מיט גאט פון דער וועלט, אז דאס אידישע פאלק באלאנגט צו אים. און דאס איז אונזער סימבאל.

דער גרעסטער פון די חוקרים און פיליזאפן ביי אידן, דער הייליגער רמב"ם, זאגט אז דאס מל זיין איז אפצושוואכן און נידערן דעם כח התאוה, אז די תאוה ביים אידישן פאלק זאל נישט זיין אויף אזא מאסיוון פארנעם, ווי ביי דעם גוי. [1]


דער רמב"ם, אויסער דעם וואס ער איז געווען א דינאמישער פארשער, א פיליזאף פון העכסטן קאליבער, איז ער אויך געווען דער גרעסטער דאקטאר און מעדיצינישער עקספערט אויף דער וועלט אין זיינערצייט. און ווי מיר זעען האט ער אויך פארשטאנען מיט זיין חכמה אז דאס אראפנעמען די ערלה (אויבערשטע הייטל), פאראורזאכט דאס רעדוצירן דעם כח התאוה.

זעט אויך [באַאַרבעטן]