תנאים
פֿון װיקיפּעדיע

| השתלשלות ההלכה |
תנאים איז דער נאמען פון די אידישע רבנים וואס האבן געפירט די תורה אידישקייט פון הלל הזקן ביז די נאך משניות.
דאס איז געווען אין די עפאכעס פון ערשטען יאר הונדערט און אין צווייטען יאר הונדערט.
זיי הייסן אזוי ווייל תנא אין אראמיש מיינט א איבערזאגער ווי שנה וואס איז אויך די נאמען פון משניות, ווייל אן איבערזאגער אנדערשט ווי א פארלערנער, זאגט דאס פון אויסענווייניג און דאן האט מען נישט געלערענט פון אינווענייג נאר פון מויל צו אויער פון איינער צום צווייטען, נישט דורך'ן שרייבן און ליינען.
עס קומט נאך די תקופה פון די זוגות פאר די תקופה פון די אמוראים.
א תנא ווערט באטראכט אלס איינער פון די משנה.
עס איז אנגענומען אז די תנאים זענען געווען 5 דורות, און און א זעקסטער דור וואס איז געווען תיכף נאכן משניות וואס ווערן פארעכענט אלס האלב אמוראים און האלב תנאים.
די צאל פון וואס זענען דאקומענטירט און חז"ל ביי די נעמען זענען 120
די תנאים האבן געלעבט און געשאפען אין ארץ ישראל אין פארשידענע צענטערן. נאכן חורבן פון ירושלים איז דער צענטער אנגעפירט דורך ר' יוחנן בן זכאי אריבער קיין יבנה. זיינע תלמידים האבן געגרינדעט תורה צענטערן אין לוד און אין בני ברק.
אסאך פון די תנאים האבן געהאט זייער פרנסה אלס האנט ארבייט פון פאך אויס וו. צ.ב.ש. ר' יוחנן הסנדלר וואס איז געווען א שיסטער, כאטשיג וואס זיי זענען געווען חשובע מרביצי תורה און פוסקים וואס האבן גענטפערט שאלות אין הלכה. א טייל תנאים זענען אויך געווען פירער פונעם פובליק, און זיי האבן אויך פארטרעטן דעם פאלק צו שתדלן און עסקענען פאר די רעגירונג אינסטאנצען פון די רוימער וואס האבן דאן געוועלטיגט אין ארץ ישראל דורך די רומישע אימפעריע.
| תנאים |
|
סוף בית שני: הלל הזקן , שמאי הזקן , עקביא בן מהללאל ערשטער דור: שמעון בן הלל , רבן גמליאל הזקן , רבן שמעון בן גמליאל הזקן , רבן יוחנן בן זכאי , יונתן בן עוזיאל , בבא בן בוטא , רבי חנינא בן דוסא צווייטער דור: רבן גמליאל דיבנה , רבי יהושע בן חנניה , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי נחוניה בן הקנה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא דריטער דור: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי יהודה בן בבא , רבי ישמעאל בן אלישע , רבי אלעזר בן עזריה , רבי יוסי הגלילי , רבי חנינא בן תרדיון , בן זומא , בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה פערטער דור: רבן שמעון בן גמליאל השני , רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי שמעון בר יוחאי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהודה בן אילעאי , רבי יוסי בן חלפתא פינפטער דור: רבי יהודה הנשיא , רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי שמעון בן אלעזר , רבי נתן נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל , חנינא בן חכינאי , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא סגן הכהנים |
| דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען עס זיין קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. איר קענט העלפן אים פארברייטערן מיט פארזיכטיקייט. דער מוסטער קען בלײַבן ביז צװײ װאָכן אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
| די יארן פון תנאים אויף דער צײַט ליניע |
|---|
|
|

