רבי מאיר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

רבי מאיר, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט דריי הונדערט זעקס און פופציג מאל אין משניות.

זיין צייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מאיר איז געווען פון פינפטן דור תנאים, און פון צענטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה. [1]

ער האט געשטאמט פון נירון קיסר וואס דער רומישער קיסר האט איהם געשיקט ער זאל חרוב מאכן דאם בית המקדש, נירון קיסר איז אנטלאפען און זיך מגייר געווען און ר' מאיר איז ארויס געקומען פון איהם[2]

עס איז געווען א תלמיד פון אלישע בן אבויה. און דערנאך א תלמיד פון רבי עקיבא[3]

זיין באשעפטוגונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א גרויסע סופר און שרייבער, ער האט געקענט די גאנצע תורה מיט אלע חסרות ויתרות אויף אויסענווייניג בעל פה.[4] דער מדרש פארציילט ער האט פארדינט דריי סלעים יעדן וואך, איין סלע האט גענוצט צו קויפן עסן, איין סלע צו קליידער און דער דריטער סלע האט ער געגעבן צדקה פאר א צווייטער.


זיין חכמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זיין גרויסקייט אין תורה איז איבארשרייבלעך, ער איז געווען אזוי גרויס אין לערנען אז די גמרא זאגט [5] עס איז נישט געווען אין זיין דור אזא גרויסע מענטש ווי ער, ער האט געקענט אויפצייגן אויף יעדע זאך פונקט דאס פארקערטע, אויף א טמא'נע זאך האט ער געקענט ברענגן ראיות אז עס איז טהור, אויף א טהור'ע זאך האט ער געקענט ברענגן ראיות עס איז טמא, נאר מען האט נישט באשטימטע די הלכה זאל בלייבן ווי ער, וויבאלד מען האט נישט געקענט געהעריג פארשטיין זיין טיעפן פארשטאנד. איינער וואס האט איהם געזעהן אין בית המדרש האט זיך דעדוכט ווי ער רייסט אויס בערג און צורייבט איהר איינס און צווייטען (סנהדרין דכ"ד). זיין חכמה איז געווען אזוי גרויס אז דער ירושלמי [6] זאגט אז ווען עס האט אנגעכאפט דעם שטעקן פון רבי מאיר האט זיך געלערענט דערפון חכמה.

רבי האט געזאגט דעריבער בין איך שארפער און קלוגער ווי מיינע חברים ווייל איך האב געזעהט רבי מאיר פוו הונטען אויב וואלט איך איהם געזעהן פון פארענט וואלט איך נאך שארפאר געווען [7]

רבי מאיר האט אייביג געקוקט אויפן נאמען פון א מענטש, לויט זיין נאמען האט ער אפגעמאכט וואס יענער איז [8]

אין מאכן משלים איז ער אויך געווען גרויס, חז"לֹ זאגן [9] ווען רבי מאיר איז אוועק זענען בטל געווארן די מושלי משלים.

זיין פרוי איז געווען די באקאנטע ברוריה.

זיין הייליגקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' יוסי האט געזאגט אויף איהם ער איז א באהאלטענער און הייליגער מאן[10] אין הימל האט מען אויסגערופען: זייט געווארנט פון רבי מאיר מיט זיין תורה [11]

א מערקווירדיגע מעשה ווערט דערציילט אויף איהם וויאזוי ער האט זיך אויספרויבירט צו ער איז איז מזומן לחיי עולם הבא, ער האט זיך געווארפן פאר לייבן און קיינער האט איהם נישט גע'הרג'ט זעה אין ספר אוצר המדרשים אין ספר המעשיות.


מיטן נאמען אחרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

סוף מסכת הוריות זאגט די גמרא אז צוליב א מחלוקה האט מען גערופען ר' מאיר מיטן נאמען אחרים, דעריבער ווי עס שטייט אין תלמוד אחרים אומרים, איז די כוונה צו רבי מאיר. תוספות אין מסכת סוטה (י"ב ע"א) און עבו"ז (דס"ד ע"ב) זאגט אז די אלע מאמרים וואס ר' מאיר האט מקבל געווען פון זיין רבי אלישע בן אבויה האט מען עס געשריבן בשם אחר, וויבאלד אלישע האט אויך געהייסן אחר, און זיין אייגענע מאמרים האט מען קובע געווען בשם אחר.


זיין פטירה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מאיר איז נסתלק געוואן אין אסיא, ווייט אוועק פון זיין שטאט, ער האט געהייסן מען זאל ארויף לייגן זיין ארון אויף וואסער און עס איז געשווימן ביז טבריא [12]

אין משניות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי מאיר ווערט דערמאנט אין יעדע מסכת פון ש"ס, אויסער פינף מסכתות - מסכת ראש השנה, מסכת חגיגה, מסכת תמיד מסכת קנים, מסכת זבים.

סדר זרעים - (פופציג מאל):

  • מסכת ברכות - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת פאה - זעקס מאל - פרק ב' משנה א' .. פרק ד' משנה י"א .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ז' משנה ב', ה' .. פרק ח' משנה ה'.
  • מסכת דמאי - פיר מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ה' משנה ג', ד'.
  • מסכת כלאים - ניין מאל - פרק ב' משנה ט', י"א .. פרק ג' משנה ז' .. פרק ד' משנה ט' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ז' משנה ב' .. פרק ח' משנה ג' ו'.
  • מסכת שביעית - זעקס מאל - פרק ב' משנה ט' .. פרק ג' משנה א', ג', ט' .. פרק ה' משנה ב' .. פרק ז' משנה ב'.
  • מסכת תרומות - צען מאל - פרק ד' משנה א', ב' .. פרק ו' משנה ג', ה' .. פרק ז' משנה ב', ה', ו', ז' .. פרק י' משנה ג' .. פרק י"א משנה י'.
  • מסכת מעשרות - פיר מאל - פרק ב' משנה ג', ה' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ה' משנה ח'.
  • מסכת מעשר שני - צוויי מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ה' משנה י"ד.
  • מסכת חלה - איין מאל - פרק א' משנה ב'.
  • מסכת ערלה - פינף מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה א', ב', ו', ז'.
  • מסכת ביכורים - צוויי מאל - פרק א' משנה ו', י"א.

סדר מועד - (זיבען און פערציג מאל):

  • מסכת שבת - פיר מאל - פרק ו' משנה ג', ח' י' .. פרק ח' משנה ז' (2 מאל) .. פרק ט"ו משנה א'.
  • מסכת עירובין - פופצן מאל - פרק א' משנה ז' .. פרק ב' משנה א' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ד' .. פרק ד' משנה ד', ט', י' .. פרק ה' משנה ב', ד' .. פרק ו' משנה א', ד' .. פרק ח' משנה ב', ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ט'.
  • מסכת פסחים - זיבען מאל - פרק א' משנה ד' ז' .. פרק ב' משנה ח' .. פרק ג' משנה ו', ח .. פרק ד' משנה ו' .. פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת שקלים - פינף מאל - פרק א' משנה ו', ז' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ח' משנה א', ב'.
  • מסכת יומא - דריי מאל - פרק ג' משנה ו', ז' .. פרק ד' משנה ו'.
  • מסכת סוכה - זעקס מאל - פרק א' משנה ו', ז' .. פרק ג' משנה ו', ז', ח' (2 מאל).
  • מסכת ביצה - איין מאל - פרק ד' משנה ג'.
  • מסכת תענית - צוויי מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה י'.
  • מסכת מגילה - צוויי מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה ב'.
  • מסכת מועד קטן - צוויי מאל - פרק א' משנה ה' (2 מאל).

סדר נשים - (פיר און פופציג מאל):

  • מסכת יבמות - צוויי מאל - פרק ט"ו משנה ה' .. פרק ט"ז משנה ד'.
  • מסכת כתובות - ניין מאל - פרק א' משנה ג' .. פרק ה' משנה א', ד' .. פרק ו' משנה ז' .. פרק ז' משנה ח', י' .. פרק ח' משנה ג', ז' .. פרק י"ב משנה ד'.
  • מסכת נדרים - זעכצן מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ד', ה' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ז' משנה ב' (2 מאל), ד', ה' .. פרק ח' משנה ב', ה', ז' .. פרק ט' משנה ג', ד', ח' .. פרק י"א משנה ז'.
  • מסכת נזיר - פינף מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ב' משנה ו' .. פרק ו' משנה ח' .. פרק ז' משנה ד' .. פרק ט' משנה א'.
  • מסכת סוטה - ניין מאל - פרק ב' משנה ה' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ט' משנה ט"ו.
  • מסכת גיטין - פינף מאל - פרק א' משנה ב', ו' .. פרק ד' משנה ז' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ז'.
  • מסכת קידושין - אכט מאל - פרק א' משנה ג', ד' .. פרק ב' משנה ח' (2 מאל) .. פרק ג' משנה ד', ט' (2 מאל) .. פרק ד' משנה י"ד.

סדר נזיקין - (זעקס און פופציג מאל):

  • מסכת בבא קמא - זיבען מאל - פרק ב' משנה ד' .. פרק ג' משנה ט' .. פרק ד' משנה א', ד', ט' .. פרק ט' משנה ב', ד'.
  • מסכת בבא מציעא - זיבען מאל - פרק א' משנה ו .. פרק ב' משנה א', ו' .. פרק ג' משנה י"א .. פרק ד' משנה ה' ..פרק ו' משנה ה' .. פרק ס' משנה ט' .. פרק י' משנה ו'.
  • מסכת בבא בתרא - צוויי מאל - פרק ה' משנה ד' .. פרק ט' משנה ו'.
  • מסכת סנהדרין - ניין מאל - פרק א' משנה א', ב' .. פרק ב' משנה א' .. פרק ג' משנה א' (2 מאל), ב' (2 מאל) .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ז' משנה ח'.
  • מסכת מכות - זעקס מאל - פרק א' משנה ב', ג' .. פרק ב' משנה ג', ה', ח' (2 מאל).
  • מסכת שבועות - צען מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ד' משנה א', י"ג (3 מאל) .. פרק ה' משנה א', ג' .. פרק ו' משנה ו' (2 מאל) .. פרק ז' משנה ד'.
  • מסכת עבודה זרה - אכט מאל - פרק א' משנה ג', ה', ח' .. פרק ב' משנה ב', ד' (3 מאל) .. פרק ג' משנה א'.
  • מסכת עדיות - צוויי מאל - פרק א' משנה ט' .. פרק ג' משנה א'.
  • מסכת אבות - דריי מאל - פרק ג' משנה ח' .. פרק ד' משנה י' .. פרק ו' משנה א'.
  • מסכת הוריות - צוויי מאל - פרק א' משנה ה' (2 מאל).

סדר קדשים - (פינף און פערציג מאל):

  • מסכת זבחים - זיבען מאל - פרק ד' משנה ג' (2 מאל), ה' .. פרק ז' משנה ו' (2 מאל) .. פרק י' משנה ו', ז'.
  • מסכת מנחות - צען מאל - פרק ב' משנה ד', ה' (3 מאל) .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ה' .. פרק ט' משנה א' .. פרק י' משנה ד', ה' .. פרק י"א משנה ה'.
  • מסכת חולין - עלף מאל - פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ד' (2 מאל), ה' .. פרק ה' משנה ג' .. פרק ו' משנה ב', ג' .. פרק ז' משנה א' .. פרק ט' משנה ז' (2 מאל), ח'.
  • מסכת בכורות - עלף מאל - פרק ב' משנה ח' .. פרק ד' משנה ג' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ח' משנה א', ג', ד', י' .. פרק ט' משנה ב', ה' ח' (2 מאל).
  • מסכת ערכין - פינף מאל - פרק א' משנה ב' .. פרק ב' משנה א', ד' .. פרק ז' משנה ה' .. פרק ט' משנה ה'.
  • מסכת תמורה - דריי מאל - פרק ב' משנה א' .. פרק ה' משנה ג', ד'.
  • מסכת כריתות - זיבען מאל - פרק א' משנה ב', ג' .. פרק ג' משנה א' (2 מאל), ג', ד' .. פרק ו' משנה א'.
  • מסכת מעילה - איין מאל - פרק ו' משנה ה'.
  • מסכת מדות - איין מאל - פרק ב' משנה ב'.

סדר טהרות - (הונדערט און פיר מאל):

  • מסכת כלים - פיר און דרייסיג מאל - פרק ג' משנה ב', ה' .. פרק ה' משנה א', ג', ז' .. פרק ז' משנה ב', ה' (4 מאל) .. פרק ח' משנה י' .. פרק י"ג משנה ד' .. פרק ט"ו משנה א' (2 מאל), ד' .. פרק ט"ז משנה א' .. פרק י"ז משנה ד', ה', י', י"א .. פרק י"ח משנה ד' .. פרק י"ט משנה ג', ד', ט', י' .. פרק כ"ה משנה א' (2 מאל), ב', ג', ה', ז' .. פרק כ"ו משנה ד' .. פרק כ"ז משנה ב' .. פרק כ"ח משנה ו'.
  • מסכת אהלות - צוועלף מאל - פרק ב' משנה ג' .. פרק ג' משנה א' .. פרק ו' משנה ג' .. פרק ז' משנה ה' .. פרק ח' משנה ב' .. פרק י' משנה ב', ג' .. פרק י"א משנה ז' .. פרק י"ג משנה ו' .. פרק ט"ו משנה ט' .. פרק ט"ז משנה ב' .. פרק י"ח משנה ב'.
  • מסכת נגעים - ניין מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ב' משנה ב', ה' .. פרק ד' משנה ד' .. פרק ו' משנה ג' .. פרק ח' משנה ו' .. פרק י"א משנה ג' .. פרק י"ב משנה ה' .. פרק י"ג משנה י"ב.
  • מסכת פרה - צוועלף מאל - פרק א' משנה א', ב' .. פרק ב' משנה ה' .. פרק ג' משנה ה' .. פרק ה' משנה א' .. פרק ו' משנה ב' (2 מאל) .. פרק ח' משנה ח' .. פרק י"א משנה ד', ה', ו', ח'.
  • מסכת טהרות - פערצן מאל - פרק א' משנה א' .. פרק ג' משנה ב', ח' .. פרק ה' משנה ז' (2 מאל), ט' .. פרק ו' משנה ט' .. פרק ז' משנה ב', ג', ד' .. פרק ח' משנה ד' .. פרק ט' משנה ד' .. פרק י' משנה א', ג'.
  • מסכת מקואות - פיר מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ד' משנה א' .. פרק ה' משנה ד' .. פרק ו' משנה י'.
  • מסכת נדה - צען מאל - פרק א' משנה ד' .. פרק ב' משנה ו' .. פרק ג' משנה ב' .. פרק ד' משנה ה', ז' .. פרק ו' משנה א', י"ג .. פרק ז' משנה ג' .. פרק ט' משנה א', ה'.
  • מסכת מכשירין - פיר מאל - פרק ב' משנה י' .. פרק ג' משנה ג' .. פרק ו' משנה ב', ה'.
  • מסכת טבול יום - דריי מאל - פרק א' משנה ה' .. פרק ג' משנה א', ו'.
  • מסכת ידים - איין מאל - פרק ב' משנה א'.
  • מסכת עוקצין - איין מאל - פרק א' משנה ב'.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רשימה:תנאים

וועבלינקן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפרענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  2. (גיטין נ"ו ע"א)
  3. יבמות קכא ע"א
  4. (זעה מסכת עירובין י"ג ע"א).
  5. (עירובין י"ג ע"א)
  6. (נדרים פ"ט)
  7. (עירובין).
  8. יומא פג ב
  9. (סוטה מט)
  10. ירושלמי מועד קטן פ"ג ה"ה
  11. קידושין פ"א ע"א
  12. ירושלמי סוף כלאים


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר בן רבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (רבי יהודה ברבי אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה , רבי יוסי (רבי יוסי ברבי חלפתא) , רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל