שמעון בן שטח

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

שמעון בן שטח, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.

זיין צייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

שמעון בן שטח איז געווען פון דריטן דור זוגות,[1] פון פינפטן דור נאך די אנשי כנסת הגדולה.[2]

דריטער זוג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Postscript-viewer-shaded.png זעט דעם הויפּט ארטיקל – זוגות

אין דער משנה שטייט אז שמעון בן שטח איז געווען דער אב בית דין פון די סנהדרין, און יהודה בן טבאי איז געווען דער נשיא, די גמרא ברענגט א ברייתא אז דאס איז דער מיינונג פון רבי מאיר, אבער די חכמים האלטן פארקערט, שמעון בן שטח איז געווען דער נשיא, און יהודה בן טבאי איז געווען דער אב בית דין. צווישן זיי איז ווייטער אנגעגאנגען דער מחלוקת אין הלכה צווישן די חכמי ישראל, צו מען מעג סומך זיין אין יום טוב, יהודה בן טבאי האט געהאלטן אז נישט, און שמעון בן שטח האט געהאלטן אז יא.[3]

איבער אים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שוועסטער פון שמעון בן שטח די קעניגן שלומציון איז געווען געהייראט צו דעם קעניג ינאי, א דאנק איר, איז שמעון בן שטח געראטעוועט געווארן - ווען זיין שוואגער דער קעניג - האט אויסגעהארגט אלע חכמים.[4]

שמעון בן שטח האט אנגעפירט א שווערן קאמף קעגען די צדוקים, אין מגילת תענית[5] ווערט פארצייכנט [6] אלס טאג וואס שמעון בן שטח הא געזיגט די צדוקים און צוריק געשטעלט די סנהדרין.

די גמרא פארציילט אז יהודה בן טבאי האט אמאל געהרגעט אן עד זומם, אויף צו ווייזן אנדערש ווי די צדוקים, דאך האט שמעון בן שטח אים אויף געקלערט זיין טעות, זייט דעמאלס האט יהודה בן טבאי אויף זיך גענומען מער נישט צו פסק'ענען קיין הלכה, נאר אין אנוועזנהייט פון שמעון בן שטח.[7]

אין משניות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  • מסכת תענית פרק ג' משנה ח', שלח לו שמעון בן שטח, אלמלא חוני אתה, גוזרני עליך נדוי, אבל מה אעשה לך, וכו'
  • מסכת חגיגה פרק ב' משנה ט', יהודה בן טבאי אומר, שלא לסמוך, שמעון בן שטח אומר, לסמוך, וכו'
  • מסכת סנהדרין פרק ו' משנה ד', אמר להן רבי אליעזר, והלא שמעון בן שטח תלה נשים באשקלון, אמרו לו, שמונים נשים תלה, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ח', יהודה בן טבאי ושמעון בן שטח קבלו מהם, וכו'
  • מסכת אבות פרק א' משנה ט', שמעון בן שטח אומר, הוי מרבה לחקור העדים, והוי זהיר בדבריך, שמא מתוכם ילמדו לשקר

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רשימה:תנאים

רעפרענצען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אבות פ"א מ"ו
  2. רמב"ם הקדמה אויף משניות סדר זרעים פ"ד
  3. חגיגה ט"ז ע"א וע"ב
  4. ברכות מ"ח ע"א
  5. פרק י'
  6. כ"ח טבת
  7. חגיגה ט"ז ע"ב, מכות ה' ע"ב


חכמי המשנה - זוגות - תנאים

ערשטער דור נאך די אנשי כנסת הגדולה: שמעון הצדיק , רבי דוסא בן הרכינס

צווייטער דור: אנטיגנוס איש סוכו , רבי אלעזר בן חרסום

דריטער דור - ערשטער דור זוגות: יוסי בן יועזר איש צרדה (נשיא) , יוסי בן יוחנן איש ירושלים (אב בית דין)

פערטער דור - צווייטער דור זוגות: יהושע בן פרחיה (נשיא) , נתאי הארבלי (אב בית דין) , יוחנן בן מתתיהו

פינפטער דור - דריטער דור זוגות: יהודה בן טבאי (נשיא) , שמעון בן שטח (אב בית דין) , אליהועיני בן הקוף , חוני המעגל

זעקסטער דור - פערטער דור זוגות: שמעיה (נשיא) , אבטליון (אב בית דין) , אדמון , חנן בן אבישלום , רבי מיאשא , עקביא בן מהללאל

זיבעטער דור - ערשטער דור תנאים (סוף בית שני): הלל הזקן (נשיא) , שמאי הזקן (אב בית דין) , שמעון בן הלל (נשיא) , רבן גמליאל הזקן (נשיא) , מנחם , אבא שאול בן בטנית , בבא בן בוטא , חנמאל המצרי , חנניה בן חזקיה בן גוריון , יהודה בן בתירא , רבי יוחנן בן בג בג , רבי יוחנן בן החורנית , ישמעאל בן פיאבי , נחום הלבלר , רבי נחוניא בן הקנה

אכטער דור - צווייטער דור תנאים (זמן החורבן): רבן שמעון בן גמליאל הזקן (נשיא) , רבן יוחנן בן זכאי (נשיא), אבא שאול , רבי אליעזר בן יעקב , רבי אלעזר המודעי , רבי אלעזר בן דמא , רבי אלעזר בן פרטא , רבי אלעזר בן רבי צדוק , רבי חנינא סגן הכהנים , רבי חנינא בן אנטיגנוס , רבי חנינא בן דוסא , חנניא בן חכינאי , רבי חנניא בן תרדיון , יונתן בן עוזיאל , רבי ישמעאל בן אלישע כהן גדול , רבי פפייס , רבי צדוק , שמואל הקטן

ניינטער דור - דריטער דור תנאים: רבן גמליאל פון יבנה (נשיא) , רבי אליעזר בן הורקנוס , רבי אלעזר בן ערך , רבי חוצפית המתורגמן , רבי חנניא איש אונו , רבי יהושע בן חנניה , נחום איש גמזו , רבי חנינא בן עקביא

צענטטר דור - פערטער דור תנאים: רבי עקיבא , רבי טרפון , רבי אלעאי , רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא , רבי אלעזר בן עזריה , רבי אלעזר חסמא , רבי חנינא בן גמליאל , רבי חנניא בן עקשיא , רבי יהודה בן בבא , רבי יוחנן בן נורי , רבי יוסי הגלילי , רבי ישמעאל , שמעון בן זומא , שמעון בן עזאי , אונקלוס , אלישע בן אבויה

עלפטער דור - פינפטער דור תנאים: רבן שמעון בן גמליאל (דער צווייטער) (נשיא), רבי מאיר (און זיין ווייב ברוריה) , רבי יהודה (רבי יהודה ברבי אלעאי) , רבי אליעזר בנו של רבי יוסי הגלילי , רבי אלעזר בן שמוע , רבי יהושע בן קרחה , רבי יוסי (רבי יוסי ברבי חלפתא) , רבי שמעון בר יוחאי , רבי שמעון שזורי

צוועלפטער דור - זעקסטער דור תנאים: רבי יהודה הנשיא , רבי אלעזר ברבי שמעון , רבי אלעזר הקפר , חלפתא איש כפר חנניה, רבי יוסי ברבי יהודה , רבי ישמעאל ברבי יוסי , רבי נתן , רבי שמעון בן אלעזר, רבי שמעון בן מנסיא

נאך תנאים: רבי יוחנן בן ברוקה ובנו רבי ישמעאל