מסכת פסחים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מסכת פסחים איז די דריטע מסכתא אין סדר מועד (דער צווייטער סדר אין משניות).

די ערשטע דריי פרקים באהאנדלען דינים פון דעם איסור פון חמץ אום בפסח; דער פערטער פרק רעדט וועגן די איסור מלאכה ערב פסח; די פרקים ה' ביז ט' באהאנדלען עניינים פונעם קרבן פסח; און דער צענטער פרק רעדט אויס די דינים פונעם "סדר" די נאכט פון פסח.

דער נאמען פון דער מסכתא איז "פסחים" אין מערצאל אבער נישט "פסח" איינצאל. אויף דעם ווערט דערמאנט פארשידענע טעמים:

א. די מסכתא באהאנדלט די דינים פון צוויי ימים טובים פסח - פסח ראשון און פסח שני

ב. די מסכתא איז געווארן געמאכט פון צוויי מסכתות. די ערשטע מסכתא האט כולל געווען די דינים וועגן דעם קרבן פסח (פרקים ה'-ט') אין דער צייט ווען ס'איז געווען א בית המקדש, און די צווייטע מסכתא האט באהאנדלט די דינים פון חמץ און די סדר נאכט וואס זענען נאך רעלעוואנט אויך נאכן חורבן (די אנדערע פרקים).

נעמען פון די פרקים (קאפיטלעך) אין דער מסכתא[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. אור לארבעה עשר
  2. כל שעה
  3. אלו עוברין
  4. מקום שנהגו
  5. תמיד נשחט
  6. אלו דברים
  7. כיצד צולין
  8. האשה
  9. מי שהיה
  10. ערבי פסחים - ווערט אויך גערופן ערב פסחים
משניות - מסכתות 

סדר זרעים: ברכות | פאה | דמאי | כלאים | שביעית | תרומות | מעשרות | מעשר שני | חלה | ערלה | ביכורים

סדר מועד: שבת | עירובין | פסחים | שקלים | יומא | סוכה | ביצה | ראש השנה | תענית | מגילה | מועד קטן | חגיגה

סדר נשים: יבמות | כתובות | נדרים | נזיר | סוטה | גיטין | קידושין

סדר נזיקין: בבא קמא | בבא מציעא | בבא בתרא | סנהדרין | מכות | שבועות | עדיות | עבודה זרה | אבות | הוריות

סדר קדשים: זבחים | מנחות | חולין | בכורות | ערכין | תמורה | כריתות | מעילה | תמיד | מידות | קינים

סדר טהרות: כלים | אהלות | נגעים | פרה | טהרות | מקואות | נידה | מכשירין | זבים | טבול יום | ידים | עוקצין