ליל הסדר
די ערשטע נאכט פֿון פסח (אין ארץ ישראל), די ערשטע צוויי נעכט פֿון פסח (אין חוץ לארץ, ווו מ'האלט צוויי טעג יום טוב), פראוועט מען אין יעדן יידישן שטוב א סדר. ביים סדר ליינט מען די הגדה און מען איז מקיים די אלע מצוות און מנהגים וואס געהערן דערצו. ווי אויך איז א טייל פֿונ'ם סדר א יום-טוב'דיקע סעודה.
וויבאלד פסח איז א יום טוב בעיקר אלס אנדעקעניש צו יציאת מצרים, זענען אסאך מנהגים אלס אנדעקעניש צו פֿרייהייט.
כאטש געוויינטליך דאווענט מען אין שול, אבער דעם סדר פֿירט אן יעדער איינער בײַ זיך אין שטוב צוזאמען מיט זײַן משפחה. ס'איז אן אלטער מנהג אײַנצולײַדן געסט אויפֿ'ן סדר,איבערהויפט ווען מען קען האבן אן ארעמאן אדער אן עלענדען מענטש בײַם טיש וואס האט נישט די מעגליכקייט צו פֿירן א געהעריקן סדר פֿאר זיך.
אינהאַלט |
סדר [באַאַרבעטן]
- עס ווערט אנגערופען סדר צוליב דעם וואס אלעס איז אויסגעשטעלט אין א סדר פונקטלעך וואס מען זאל טאן. ווי למשל טאן אלע מצוׁת פון דער נאכט, עסן א סעודה, און אזוי ווייטער.
מצוות און מנהגים פון דער נאכט [באַאַרבעטן]
ביים סדר זענען דא פינף מצוות:
- עסן מצה—מדאורייתא
- דערציילן די מעשה פון יציאת מצרים—מדאורייתא
- טרינקען די פיר כוסות—מדרבנן
- עסן מרור—מדרבנן
- זאגן הלל—מדרבנן
ווען ס'איז געשטאנען דער בית המקדש האט מען געהאט נאך צוויי מצוות מדאורייתא: עסן דעם קרבן פסח און עסן מרור.
קיטל [באַאַרבעטן]
- מען פירט זיך אנצוטאן א קיטל פסח צום סדר. דער עיקר טעם איז כדי אויסצוקוקן ווי א מלאך.
- דאס איז א מנהג.
שנעל מאכן קידוש [באַאַרבעטן]
- מען פירט זיך צו מאכן קידוש, גלייך ווען מען קומט אהיים פון שול כדי די קינדער זאלן נישט ווערן מיד און איינשלאפן.
- דאס איז א מנהג.
קערה [באַאַרבעטן]
- מען פירט זיך אויסצושטעלן אלע מאכלים און סימנים פון די סדר (אחוץ דער סעודה) אויף א קערה.
- דאס איז א מנהג.
סימנים [באַאַרבעטן]
- מען פירט זיך צו מאכן סימנים אויף דער קערה, מען לייגט ארויף א שטיקל מרור, חזרת, כרפס, חרוסת, אן איי, און געבראטענע זרוע.
- דאס איז א מנהג.
קידוש [באַאַרבעטן]
- אזוי ווי אלע ימים טובים דארף מען פסח אויפדערנאכט אויך מאכן קידוש אויף א כוס וויין. דער כוס פון קידוש ווערט גערעכנט פאר איינער פון די פיר כוסות.
- דאס איז א מצוה.
פיר כוסות [באַאַרבעטן]
מה נשתנה [באַאַרבעטן]
דערציילן די ניסים פון יציאת מצרים/הגדה [באַאַרבעטן]
- מען דארף דערציילן די ניסים וואס איז געשען צו די אידן ווען זיי זענען ארויס פון מצרים.
- דאס איז א מצוה. און איינע פון די עיקר מצות פון די נאכט, אויב מען טוט דאס נישט האט מען נישט יוצא געווען די ענין פון די סדר.
עסן מצה [באַאַרבעטן]
עסן מרור [באַאַרבעטן]
עסן כורך [באַאַרבעטן]
- מען עסט מצה מיט מרור אין א סענדוויטש.
- דאס איז אן אנדענקעניש צו ווי אזוי מען האט געטאן די מצוה ווען די בית המקדש איז נאך געשטאנען.
עסן אפגעקאכטע אייער [באַאַרבעטן]
- מען עסט הארטע אייער.
- דאס איז א מנהג.
עסן א סעודה [באַאַרבעטן]
- מען עסט א געהעריגע יום טוב סעודה. אסאך פירן זיך נישט צו עסן צופיל כדי דער אפיקומן זאל נאך האבן פלאץ.
- דאס איז א מצוה.
עסן אפיקומן [באַאַרבעטן]
- מען עסט דאס לעצטע שטיקל מצה, אלס אן אנדענקעניש צום קרבן פסח און קרבן חגיגה.
- דאס איז א מצוה.
ברכת המזון [באַאַרבעטן]
- מען בענטשט ברכת המזון.
- דאס איז א מצוה.
זאגן הלל [באַאַרבעטן]
סימני הסדר [באַאַרבעטן]
- עס זענען דא 15 סימנים פאר'ן סדר פון דער נאכט, געווענליך זאגן עס די קינדער:
קַדֵׁש [באַאַרבעטן]
קדש - ווען דער טאטע קומט אהיים פון שול טוט ער זיך אן די קיטל און מאכט שנעל קידוש כדי די קליינע קינדער זאלן נישט איינשלאפן.
וּרחַץ [באַאַרבעטן]
ורחץ - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט נישט די ברכה על נטילת ידים.
כּרפַּס [באַאַרבעטן]
כרפס - מען נעמט א שטיקל גרינצייג ווייניגער ווי א כזית מען טינקט דאס איין און זאלץ וואסער מען מאכט א ברכה בורא פרי האדמה און מען האט אינזין צו פטרן די מרור.
יַחַץ [באַאַרבעטן]
יחץ - מען צעטיילט די מיטעלסטע מצה וואס הייסט לוי, די גרעסערע העלפט לייגט מען אוועק פאר אפיקומן און די קלענערע העלפט לייגט מען צוריק צווישן די מצות.
מַגיִד [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – הגדה של פסח
מגיד - מען הייבט אויף די דריי מצות און מען זאגט די הגדה פון הא לחמא עניא ביז גאל ישראל.
רָחצָה [באַאַרבעטן]
רחצה - מען וואשט זיך די הענט און מען מאכט יא די ברכה על נטילת ידים.
מוׁציִא [באַאַרבעטן]
מוציא - מען הייבט אויף אלע דריי מצות און מען מאכט א ברכה המוציא לחם מן הארץ.
מַצָה [באַאַרבעטן]
מען לאזט אויס די אינטערשטע מצה און מען מאכט א ברכה על אכילת מצה, און מען עסט עס אנגעלאנטערהייט.
מַרוׁר [באַאַרבעטן]
מרור - מען עסט א כזית מרור, מיט דער ברכה "על אכילת מרור", אבער מען מאכט נישט קיין ברכה "בורא פרי האדמה".
כּוׁרֵך [באַאַרבעטן]
כורך - מען נעמט א שטיקעל מרור און מען וויקעלט דאס איין צעווישען צוויי שטיקלעך מצה מען זאגט זכר למקדש כהלל און מען עסט עס אנגעלאנט.
שׁלחָן עֹרֵך [באַאַרבעטן]
שלחן ערך - מען גרייט אן א סעודה לכבוד יום טוב און מען לאזט זיך וויאל גיין, מען פירט זיך צו עסן אייער.
צָפוׁן [באַאַרבעטן]
צפון - מען נעמט די באהאלטענע אפיקומן און מען עסט דאס.
בֵּרַך [באַאַרבעטן]
ברך - מען גיסט אן דעם דריטן כוס און מען בענטשט.
הַלֵל [באַאַרבעטן]
הלל - מען גיסט אן דעם פערדן כוס און מען זאגט הלל.
נִרצָה [באַאַרבעטן]
נרצה - ווער עס האט געטאן די אלע זאכן איז באוויליגט פארן אויבירשטען.
פסח לידער [באַאַרבעטן]
עס זענען דא אסאך באקאנטע פסח לידער, פאלגענד איז א טיילווייזע ליסטע:
מה נשתנה [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – מה נשתנה
והיא שעמדה [באַאַרבעטן]
דיינו [באַאַרבעטן]
פיוטים [באַאַרבעטן]
די אשכנזים זינגען עטלעכע פיוטים ביים סוף פונעם סדר:
- ויהי בחצי הלילה (פון די קרובות פון שבת הגדול)
- ואמרתם זבח פסח (פון די קרובות פון צווייטן טאג פסח)
אחד מי יודע [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – אחד מי יודע
אדיר במלוכה [באַאַרבעטן]
חד גדיא [באַאַרבעטן]
זעט דעם הויפּט ארטיקל – חד גדיא
שיר השירים [באַאַרבעטן]
ווען מען ענדיגט דעם סדר דארף מען עוסק זיין אין דעם ענין פון יציאת מצרים. אסאך האבן דעם מנהג צו ליינען דעם ספר שיר השירים.
וועבלינקען [באַאַרבעטן]
אזהרה: מען פסק'נט נישט קיין הלכה פון וויקיפעדיע.