ווילנער גאון

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ווילנער גאון

דער וועלט בארימטער גאון רבי אליהו זצ"ל, באוואוסט אלס דער ווילנער גאון, איז געבוירן צו זיין פאטער ר' שלמה זלמן קרעמער. ער איז באוואסט איבער דער וועלט מיטן נאמען "דער גאון" אדער דער "גר"א" (גאון רבי אליהו). זיין נאמען רופט ארויס א ציטער איבער דער גארער וועלט, זייענדיג פון די גרעסטע לייבן ביי כלל ישראל זיינער צייט; זייענדיג פון די גרינדער פון די מתנגדים באוועגנוג קעגן חסידים, און זייענדיג אויך דער גרעסטער קעגנער קעגן דעם וועלט בארימטן גאון רבי שניאור זלמן פון לאדי, דער בעל התניא.

דער ווילנער גאון איז געבוירן ט"ו ניסן ת"פ לפ"ק, צו זיין פאטער ר' שלמה זלמן קרעמער. (וועלכער האט גע'ירש'נט דעם נאמען פון זייערס א זיידן וועלכאע האט פארמאגט א קראם.

וואו ער איז געבוירן איז פאראן א מיינונגס פארשידענהייט. מאנכע היסטאריקער צייכענען אן זיין געבורט ארט אין סולץ, א דערפל נישט ווייט פון בריסק, אין דער ליטוענישע געבירניע. אנדערע האלטן אז זיין געבורט שטאט איז ווילנא.

אינהאַלט

זיין יוגענט[באַאַרבעטן]

פון אלס גאר יונג קינד האט מען געזען אויף דעם קליינעם אליהו סימנים פון א געטליכער עילו'יש קינד, מיט א געבעטשן מח, וואס כאפט אויף און פארשטייט אלעס אין דער וועלט. ביי די דעקס יאר האט ער שוין גע'דרש'ט אין דער גרויסער שטאטישער בית הכנסת. ביי די צען יאר האט שוין קיין מלמד נישט געקענט לערנען מיט אים, איבערשטייגענדיג יעדן וואס איז געקומען מיט אים אין תורה'דיגער בארירונג. [פֿעלט אַ מקור]

עס איז אנגענומען אז ער האט געלערנט תורה ביים גאון ר' משה מרגליות זצ"ל, דער פערפאסער פונעם ספר פני משה אויף תלמוד ירושלמי אין די שטאט קיידאן. זייענדיג אין א גאר יונגן עלטער ער דארף געטראפן זיין שידוך מיטד דאס מיידל חנה, די טאטכער פון ר' יודא לייב קיידאנער. [פֿעלט אַ מקור]

זיין פרוי האט אים גאר ערליך און געטריי באדינט און אלעס געטאן אז איר מאן זאל קענען בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט. עס ווערט דערציילט אז דער גאון האט זיך נישט אריינגעלייגט אין בעט משבת לשבת, נאר עוסק געווען בתורה מיט אן אבנארמאלע התמדה יומם ולילה ממש. [פֿעלט אַ מקור]

דער גאון האט זיך באזעצט אין ווילנא און דארט געהארעוועט אויף תורה, און זיין נאמען האט זיך צעטראגן איבער דער ליטא אלס א זעלטענער גאון און פוסק, זייענדיג א מאן מיט א גאונישן קאפ, א ברייטן און טיפן פארשטאנד, האבן זיינע קורצע פסקים באקומען אנערקענונג איבעראל.

די שטאטלייט האבן אים געוואלט אויפנעמען פאר רב אין ווילנא, ער האט דאס אנזאגט, זאגענדיג אז ער וויל בלייבן ביים לערנען אומגעשטערט און נישט זיין אנגעוויזן אויף די קהילה.[פֿעלט אַ מקור]

זיין דרך הלימוד[באַאַרבעטן]

דער דרך הלימוד פונעם ווילנער גאון איז געווען פשט און עיון אינאיינעם, נישט ווי דער לומד'ישער דרך הלימוד, וואס איז באזירט אויף הגיון און לומדות. דער גאון איז אויך געווען שטארק קעגן דאס לערנען אויפן דרך פון פלפול און מאכן געדרייטע פשט'לך. זיין גאנג איז געווען עמקות אין פשט, מיט בקיאות, לערנענדיג בלויז די מפורשים, 1) רש"י, 2) תוספות, 3) רא"ש און 4) רי"ף

דער קעגנער פון חסידות[באַאַרבעטן]

דער גאון אין אלע חכמות[באַאַרבעטן]

דער ווילנער גאון איז געווען נישט נאר געווען א גאון אין גאנץ תורת משה, אנגעהויבן פון בבלי, ירושלמי, ספרא, ספרי, מכילתא און אלע מקצועות התורה. ער איז אויך געווען א גאון אין וועלטליכע חכמות. ער איז עגווען א קענער אין די שבע חכמות ווי אסטראנאמיע, מאטעמאטיק, אינזשעניריע, לינגוויסטיקס, ביאלאגיע, געאלאגיע, געאגראפיע און מוזיק און נגינה. [פֿעלט אַ מקור]

לויט געוויסע קוועלער האט ער גוט געקענט כירירוגיע און חכמת הרפואה, אבער זיין פאטער האט אים פארבאטן זיך צו פארטיפן דערין, כדי עס זאל אים נישט שטערן פון לערנען. זיין ברייטן מח און טיפער פארשטאנד האט אים דערמעגליכט צו פארשטיין און פארנעמען אלעס, מיט א קלארקייט. [פֿעלט אַ מקור]

פון וואנעט ער האט געקענט אלע וועטליכע חכמות זענען פאראן תלמידים וואס זאגן אז ער האט דאס געקענט דורך דער תורה. דערקעגן ר' ישראל שקלאווער, פון זיינע גרויסע תלמידים שרייבט אבער אז ער האט עוסק געווען אין געוויסע לימודי חול, כדי צו קענען חכמת הטבע און נפלאות הבורא. (אין הקדמה צו זיין ספר פאת השלחן).

זיינע קינדער[באַאַרבעטן]

זיינע תלמידים[באַאַרבעטן]

זיינע ווערק[באַאַרבעטן]

טראצדעם וואס דער גאון האט געשריבן גאר אסאך חידושים און פערפאסט צענדליגער חיבורים אויף אלערליי מקצועות אין דער תורה, איז דאך גארנישט געדרוקט געווארן אין זיין לעבן. ערשט נאכדעם וואס ער איז אוועק פון דער וועלט האבן זיין תלמידים אנגעהויבן ארויסצוגעבן זיינע חידושים און ספרים, וועלכע ציילן זיך צו איבער 70 ספרים, אויף מקרא, משנה און גמרא, און אנדערע מקצועות התורה.

וועב לינקען[באַאַרבעטן]