משה מרגליות

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

הרב משה מרגליות (ה'ת"ע לערך - י"ב טבת ה'תקמ"א) האט מחבר געווען די פירושים "פני משה" און "מראה הפנים" אויפן ןירושלמי. די פירושים ווערן געדרוקט און רוב אויסגאבעס פונעם ירושלמי.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב משה איז געבוירן געווארן אין קיידאן, ליטא. ער איז געווען רב אין עטלעכע קהילות.

זיין פירוש אויפן ירושלמי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב משה מרגליות איז געווען בקי אין תלמוד בבלי און ירושלמי, ווי אויך אין תוספתא, ראשונים און מדרשים וואס ער ברענגט אין זיינע פירושים. דער פני משה באהאנדלט די שווערע גרסאות וואס זענען פאראן אין ירושלמי, און אויך די פארטאפלטע סוגיות וואס מ'טרעפט אפטמאל. היינט איז שווער צו קלערן ווי מ'קען לערנען ירושלמי אן זיין פירוש.

דער פני משה איז איינער פון די מערסטע פארשפרייטסטע אויפן ירושלמי; דער אנדערער איז דער "קרבן העדה" פון הרב רבי דוד ב"ר נפתלי פון דעסוי. זיי ביידע האבן געשריבן זייערע פירושים אין אשכנז אין די אנהייב ת"ק יארן. זיי האבן א פשוטן פירוש און אויך מעין פון תוספות אדורכרעדן שוועריקייטן.