אנטיסעמיטיזם
פֿון װיקיפּעדיע
אנטיסעמיטיזם איז האַס אנטקעגן אידן אלץ א רעליגיעזע גרופע, עטניציטעט, אדער ראסע. אנטיסעמיטיזם ווערט אנגעטייטלט אלץ דער גורם פאר מאסן מערדער און אויסערגעווענליכע אונטערדריקונגען פון אידן במשך פון די אידישע היסטאריע אין גלות.
[באַאַרבעטן] מקור פון דער טערמין
דער טערמין שטאמט פון די ווערטער אנטי-שם. עס איז גענוצט געווארן צום ערשטן מאל אין 1879 דורך ווילהעלם מאַר, א דייטשער אידן פיינט, אין זיין בוך דער וועג צו זיג פון גערמאנטום איבער דאס אידנטום. מאַר האט גענוצט דעם טערמין אלץ א שענערע לשון פאר אידן-האס, אין פאַרהאַנג צו זיין מיינונג אז אידן, מיט'ן עקזיטירן אליין, באשטייען א סכנה פאר'ן דייטשן פאלק און זייער לעבנסגאנג און עטיק.
טראץ דעם וואס אראבער האלטן זיך אויך פאר אפשטאמיגע פון שם, ווערט דער טערמין נאר גענוצט לגבי פיינטשאפט פון אידן.