יום כיפור
פֿון װיקיפּעדיע
גאטליב בילד פון אידן אין שול יום כיפור.
יום כיפור איז דער הײליקסטער ייִדישער פֿײַער–טאָג און תענית אין דעם 10טן טאָג אין חודש תשרי (י' תשרי). עס הײבט זיך אָן מיט דער נאַכט פֿון 9טן אױפֿן 10טן פֿון תשרי. אין חומש ויקרא (כ״ג) װערט װעגן דעם געזאָגט אַז דער 10טער טאָג אין 7טן חודש (תשרי) איז יום הכּפּוּרים, דער טאָג פֿון פֿאַרגעבן די זינד. ועניתם את נפֿשותיכם, מען טאָר נישט טאָן קײן אַרבעט, שבת שבתון העכסטער רו–טאָג. אין חומש ויקרא ט”ז װערט געזאָגט, אַז אין דעם טאָג איז דער כּהן גדול אַרײַנגעגאַנגען אין קודש הקדשים צו בעטן פֿאַר זיך און פֿאַרן עם ישראל.
| ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
|
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר שבועות | י"ז בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | ט"ו באב |