חנוכה
פֿון װיקיפּעדיע
חנוכה איז א יידישער יום טוב וואס ווערט אַכט טעג געפייערט, פון כ"ה כסליו. די מצווה פון צינדן חנוכה ליכט איז איינע פון די 7 מצוות וואס חז"ל האבן מתקן געווען, און דאס איז דער עיקר מצוות חנוכה. חז"ל האבן אויך אוועקגעשטעלט אז מען זאל לויבן דעם אייבערשטן פאר די נסים, דורך זאגן הלל און זאגן על הנסים אין דאווענען און אין בענטשן.
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] דער נאמען
דער נאמען איז "חנוכה", עס איז דא וואס זאגן אז דאס מאכט חנו-כה, דאס הייסט די חשמונאים האבן גערועהט פון זייער מלחמה מיט די יונים אין פינף און צוואנציג טאג אין כסליו, אנדערע זאגן אז דעריבער הייסט עס חנוכ"ה ווייל עס איז ראשי תיבות ח'ית נ'רות ו'הלכה כ'בית ה'לל, אז די הלכה בלייבט ווי בית הלל וואס האלטן אז מען זאל צינדן אכט ליכטלעך ביים סוף, מען זאל זיין מוסיף והולך (אבודרהם).
[באַאַרבעטן] שטאַמונג
די פייערונג פון דעם יום טוב איז אכט טעג, פון פינף און צוואנציג טאג אין כסליו ביז צוויי טאג אין טבת. דער מקור ווערט דערמאנט אין מגילת תענית, און אויך אין ש"ס מסכת שבת דף כ"א ע"ב. דער רמב"ן אויף די תורה אנהייב פרשת בהעלותך ברענגט פון א מדרש אז השי"ת האט געזאגט פאר משה ער זאל זאגן צו אהרן אז די מצוה פון חנוכה וועט אייביג זיין, אפילו ווען מען וועט נישט קענען מקריב זיין קרבנות ווייל די בית המקדש וועט זיין חרוב, אבער חנוכה ליכט ווען מען צינדן אפילו אין גלות.
געווען איז דאס אין יאָר ג'תקצ"ז (165 פער די קריסטלעכע צייט-רעכנונג), ביַים קריג צווישן די חשמונאים מיט די יוונים, ווען די חשמונאים זיַינען אַריַין אין היכל, האָבן זיי גאָרנישט געפונען אויסער איין פעסעלע מיט אויל וואָס האָט באנוגנט צו צינדן די מנורה פונקט אַכט טעג, און אַכט טעג איז דעמאָלטס געווען אַ ציַיט צו אָנגרייטן ניַיע אויל. און לזכר דעם נס פירן זיך כלל ישראל צו אָנצינדן אַכט טעג אַכט ליכטעלעך, כדי צו וויַיזן יעדן איבער דער נס וואָס האָט פּאַסירט.
דער טעם פארוואס עס האט פאסירט דער נס אכט טאג, איז וויבאלד דאס פלאץ וואו די אויל איז געווען איז געווען ווייט פיהר טעג פונעם בית המקדש, עס האט גענומען פיהר טעג צו גיין און פיהר צוריק קומען, און די אלע אכט טעג האט מען גענוצט די ערשטע אויל (רוקח). אויך ווערט דערמאנט א טעם אז וויבאלד אלע אידן זענען געווען דעמאלטס בחזקת טמא פאר א טויטן מענטש, מען האט געמוזט ווארטן זיבען טעג זיך צו רייניגן פון ווען מען הייבט אהן, און איין טעג האט געדוירט צוגרייטן די אויל, עס צוקווועטשן און ארויס נעמען ריינע אויל (בית יוסף).
אין מדרש רבה שטייט (במדב"ר פי"ג) אז אין דעם טאג איז פארטיג געווארן דאס בויען די משכן אין מדבר, אבער השי"ת האט געווארט ביז ראש חודש ניסן מען זאל אויפשטעלן די ערשטע מאל דאס משכן, האט זיך דער חודש געשעמט, האט איהם השי"ת באצאלט אז אין צווייטן בית המקדש איז געווארן א יום טוב דערין.
[באַאַרבעטן] דער נס פון געווינען דעם קריג מיט די יונים
חנוכה איז באשטימט פאר א זכר וואס האט פאסירט מיט דעם אויל, נישט א זכר פון דעם קריג וואס יהודה המכבי מיט זיינע ברידער האבן אנהגעפירט, די מעשה ווערט געשילדערט מיט אלע דעטאלן אין מגילת תענית און אויך אין מגילת החשמונאים, די סיבה שטייט עטליכע טעמים אין די מפורשים. קודם וויבאלד לויט די געזעצן פון דער תורה האבן די חשמונאים נישט געטארט נעמען דאס אידישע קעניגרייך, ווייל דאס אידישע קעניגרייך געהערט בלויז פאר מלכות בית דוד, ווער עס קריגט אויף דעם קעניגרייך פון בית דוד איז ווי גלייך ער קריגט אויף דער שכינה. אזוי שטייט אין רמב"ן פרשת ויחי אויפן פסוק לא יסור שבט מיהודה. אבער אין של"ה שטייט אז די כוונה פון די חשמונאים איז געווען צום גוטן, זיי האבן געמאכט א גרייז.
דער חתם סופר זאגט אז וויבאלד די חשמונאים האבן פארכאפט דאס קעניגרייך פון בית דוד, און ר' יהודה הנשיא איז געווען פון די אייניקלאך פון בית דוד, האט עס איהם זייער געאהרט, פארוואס זיי האבן דאס געטוהן דעריבער ווערט חנוכה כמעט נישט דערמאנט אין משניות.
[באַאַרבעטן] דער סדר פון אנצינדן חנוכה ליכט
די מצוה פון צינדן די חנוכה ליכט איז פון ווען עס גייט אונטער די זון, ביז מענטשן הערן זיך אויף דרייען אין דער גאס (משתשקע החמה עד שתכלה רגל מן השוק), ווייל נאכדעם איז שוין נישט דא קיין פרסומי ניסא. דער עיקר מצוה איז אנצוצינדן יעדן טאג איין ליכטל, אבער כדי צו מאכן א צווישענשייד צווישן די טעג האלטן די בית שמאי אז מען צינד אהן דעם ערשטן טעג אכט ליכט דעם צווייטן טאג זיבן דעם דריטן טעג זעקס ביז צום לעצטן טאג צינד מען איינס, די בית הלל האלטן פארקערט דעם ערשטען טאג איינס דעם צווייטן טעג צוויי, דעם לעצטן טאג אלע אכט ליכטלעך.
[באַאַרבעטן] אין שטוב
דער בעל הבית צינד אן פאר אלע שטוב מענטשן, מען לייגט אריין שמן זית עס זאל קענען ברענען א האלבע שעה, מען פירט זיך בדרך כלל אז מען שטעלט די מנורה קעגן איבער דער מזוזה כדי עס זאל זיין די ליכט אויף דער לינקער זייט און די מזוזה אויף דער רעכטער זייט (של"ה), חוץ אויב מען וואוינט אויף א שטאק האבן א טייל דעם מנהג לייגט מען עס ביים פענסטער וואס מען קען פון דארט זעהן די גאס, אויב האט מען מורא פון גוים אדער פון א סכנה איז גענוג עס צו לייגן אויפן טיש אין הויז, אין ארץ ישראל פירן זיך אסאך אז מען לייגט עס אין א גלאזערנעם קאסטן אויף דער גאס פאר פרסומי ניסא.
מען טאר זיך נישט באניצן מיט די ליכט פאר אן אנדער זאך עס איז בלויז פאר זען די ליכט, דעריבער לייגט מען צו צו יעדער מנורה נאך א ליכט וואס דאס הייסט א שמש, וואס דערמיט באניצט מען זיך פאר אנדערע זאכן ווי למשל פאר אנצינדן די חנוכה ליכט, דער מהרי"ל האט דאס שמש ליכט געלייגט העכער פון דער גאנצער מנורה.
דעם ערשטן נאכט מאכט מען דריי ברכות. להלדיק, שעשה נסים, שהחיינו, די אנדערע טעג מאכט מען בלויז צוויי: להדליק און שעשה נסים. דער נוסח פון די ברכה איז להדליק נר חנוכה, עס איז אנדערש ווי דער נוסח פון ליכט צינדן שבת להדליק נר "של" שבת, ווייל די ליכט פון חנוכה טאר מען זיך דערמיט נישט באניצן עס איז בלויז פאר די מצוה פון חנוכה דאס הייסט להדליק נר חנכה דאס איז ליכט פון חנוכה, אבער די ליכט פון שבת איז דירעקט געמאכט עס זאל זיין ליכטיג אין שטוב מען זאל זיך יא דערמיט באנוצען דעריבער מאכט מען "של" שבת דאס איז ליכט פאר שבת (ברכי יוסף להחיד"א).
דאָס זאָגט מען ווען מען צינדט אָן די ליכט: (דער אריגינעלער נוסח שטייט אין מסכת סופרים[1] און עס ווערט דערמאנט אין רא"ש (מסכת שבת פ"ב):
הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ אָֽנוּ מַדְלִיקִין. עַל הַנִּסִּים וְעַל הַתְּשׁוּעוֹת וְעַל הַנִּפְלָאוֹת וְעַל הַנֶּחָמוֹת. שֶׁעָשִיתָ לַאֲבוֹתֵינוּ. בַּיָּמִים הָהֵם. בַּזְּמַן הַזֶּה. עַל יְדֵי כֹּהֲנֶיךָ הַקְּדוֹשִׁים. וְכָל־שְׁמוֹנַת יְמֵי חֲנוּכָּה. הַנֵּרוֹת הַלָּלוּ קֹֽדֶשׁ הֵן. וְאֵין לָנוּ רְשׁוּת לְהִשְׁתַּמֵּשׁ בָּהֵן. אֶלָּא לִרְאוֹתָן בִּלְבַּד. כְּדֵי לְהוֹדוֹת לִשְׁמֶךָ עַל נִסֶּיךָ וְעַל יְשֽׁוּעָתֶךָ וְעַל נִפְלְאוֹתֶיךָ׃
[באַאַרבעטן] אין שול
ס'איז אן אלטער מנהג צו צינדן חנוכה ליכט (מיט די ברכות) אין דער שול יעדן אוונט פאר מעריב; מען שטעלט די מנורה אין דער דרום זייט, זכר למקדש.[2] ערב שבת צינדט מען פאר שבת, און שבתע־נאכט צינדט מען ביים סוף פון מעריב נאך קדיש תתקבל.
ווען מען צינדט אין דער שול לייגט מען די מנורה פון צפון אויף דרום, מען הייבט אהן צו צינדן ביי די רעכטע זייט פון דער מנורה, כאטש עס ווערט דערמאנט אין (מהרי"ל) מען זאל אנהייבן ביי דער לינקער זייט.
[באַאַרבעטן] היינט
היינט ווערט חנוכה געפייערט דורך יעדן איינעם אפילו דורך אידן וואס א גאנץ יאהר האבן זיי נישט קיין גרויסע שייכות צו דער תורה.
[באַאַרבעטן] חנוכה פירונגען
אום חנוכה קומען זיך משפחות צוזאם און מען פראוועט סעודות, מען עסט פרישע לאטקעס און מען זינגט חנוכה לידער. עס איז אן איינגעפירטער מנהג אז מען שפילט דריידל. ס'איז אויך געווארן א מנהג לעצטן'ס צו עסן פאנטשקעס חנוכה.
אין די פוסקים ווערט דערמאנט דער מנהג פון עסן מילכיגס, צוליב דעם נס וואס עס איז געשען אז יהודית האט געגעבן צו עסן פאר האליפורני קעז און מילך, און אזוי האט זי זיך געקענט שטארקן אויף איהם (כלבו, רמ"א שו"ע או"ח).
[באַאַרבעטן] רעפערענצן
| ייִדישע צײַטן און ימים טובים |
|
שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת | חנוכה | עשרה בטבת ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר שבועות | י"ז בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | ט"ו באב |
|
רמ"ח (248) מצוות עשה • שס"ה (365) מצוות לא תעשה • 7 מצוות דרבנן • עשרת הדיברות • שבע מצוות בני נח |
|
| שבע מצוות דרבנן | |
| הלל • מגילת אסתר • חנוכה • נרות שבת • נטילת ידיים • ברכות • עירובין | |
