היכל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דער היכל איז דער טייל פונעם בית המקדש צווישן דעם קודש הקדשים און דעם אולם.

געבוי[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער היכל איז געווען לאנג 40 אמות און ברייט 20 אמות.

צווישן דעם היכל און דעם דביר (קודש קדשים) איז געווען א מחיצה. אין דעם משכן איז די מחיצה געווען א פרוכת, אין ערשטן בית א וואנט, וואס האט געהייסן אמה טרקסין, און אינעם צווייטן בית (וואס איז געווען הויך 100 אמות, צו הויך צו בויען א וואנט) איז געווען צוויי פרוכת'ן, מיט אן אמה פלאץ צווישן זיי.

צווישן דעם היכל און דעם אולם, זענען געווען צוויי טירן באדעקט מיט גאלד.

ניץ פונעם היכל[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דריי עיקר כלים זענען געווען אין היכל:

אין דרום די מנורה, וואס מ'האט אנגעצינדן יעדן אוונט.

אין צפון דער שולחן, וואו די לחם הפנים זענען געליגן, מ'האט זיי באנייט יעדן שבת.

אין מיטן, א ביסל גערוקט צו דרום, דער גאלדענער מזבח, אויף וואס מ'האט מקטיר געווען דאס קטורת, און וואו מ'האט געשפריצט דאס בלוט פון געוויסע חטאות.[1]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מסכת זבחים, פ"ה משנה א-ב