כהן

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

א כהן איז איינער וואס איז אן אייניקל פון אהרן הכהן משה רבינו'ס ברודער.

  • כהנים זענען די וואס דינען די עבודה אין בית המקדש.
  • זיי באקומען באצאלט מיט 24 מתנות כהונה וואס מען דארף זיי געבן, ווי למשל מעשר און תרומות.
  • היינט צו טאגס אפילו עס איז נישט דא קיין בית המקדש האבן זיי נאך אלץ ספעציעלע הלכות וואס זיי זענען באפוילן צו האלטן.

אינהאַלט

[באַאַרבעטן] כשרות פון א כהן

  • א כהן איז נישט כשר אויב ער האט א פעלער, ווי למשל בלינד אדער עס פעלט אים א האנט.
  • אויב ער איז א חלל, דאס מיינט אז ער איז א קינד פון א כהן וואס האט פארהייראט איינעם וואס ער טאר נישט.

[באַאַרבעטן] ספעציעלע הלכות

כהנים האבן ספעציעלע הלכות וואס זיי זענען באפוילן צו האלטן, צווישן זיי:

[באַאַרבעטן] כהנים היינט

די ראלע פון א כהן איז אנגעזען היינט זייער אסאך.

  • זיי מוזן האלטן אלע אויבערדערמאנטע הלכות.
  • מען גיבט זיי כבוד די ערשטע.

אין רמ"א שטייט מען טאר זיך נישט באנוצען מיט א כהן, ווייל עס א ענין מועיל בהקדש.

[באַאַרבעטן] כהונה אין דער תורה

  • שם בן נח ווערט אנגערופן די ערשטע כהן אין די תורה.
  • עשו האט פארקויפט די בכורה פאר יעקב אבינו האט ער דערמיט אויך פארקויפט די כהונה, אזוי זאגט רש"י ווייל עס פלעגט גיין צוזאמען מיט די בכורה.
  • משה רבינו האט אויך געדארפט זיין כהן, אבער וויבאלד ער האט נישט גלייך געוואלט פאלגען וואס גאט האט אים געבאטן אז ער זאל גיין צו פרעה האט עס אהרן הכהן באקומען.

[באַאַרבעטן] די גענע פון כהנים

גאנץ לעצטענס איז דאס אז כהנים זענען אייניקלעך פון אהרן הכהן באשטעטיגט געווארן דורך גענעטישע פרובען. מען האט געפונען אז זיי אלע האבן א ענליכע גענעטישע שטריך. מען האט דאס אויך גענוצט אויף צו באשטעטיגען אז געוויסע שווארצע שבטים וואס האבן געזאגט אז זיי שטאמען פון אידן האבן רעכט אזוי צו זאגן.

[באַאַרבעטן] לעצטע נאמען "כהן"

כהן ווערט אויך גענוצט אלס א לעצטע נאמען, אזוי אויך איז דא קאהן וואס איז אויך א לעצטע נאמען און קומט אויך פון כהן.

[באַאַרבעטן] דרויסענדיגע לינקס

וועגן די שווארצע וואס זאגן אז זיי זענען אידן