ספירת העומר

פֿון װיקיפּעדיע

שפּרינג צו: נאַװיגאציע, זוכן

ספירת העומר איז די מצוה פון ציילן די טעג פון דעם עומר. עומר איז טייטש א בינטל. דאס הייבט זיך אן פון דעם צווייטע טאג פסח, ביז שבועות.

  • ווען דער בית המקדש איז געשטאנען האט מען געברענגט א קרבן מנחת העומר די צווייטע טאג פסח, פון ווען מען האט געברענגט די קרבן, האט מען געציילט 49 טעג, די פיפציגסטע טאג איז געווען שבועות און מען האט געברענגט די שתי הלחם. שִׁבְעָה שָׁבֻעֹת, תִּסְפָּר-לָךְ: מֵהָחֵל חֶרְמֵשׁ, בַּקָּמָה, תָּחֵל לִסְפֹּר, שִׁבְעָה שָׁבֻעוֹת. וְעָשִׂיתָ חַג שָׁבֻעוֹת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ דברים ט"ז


דער טעם איז צווייפאכיג

  1. איינפאך צו דאנקן און לויבן אויף דעם עומר, ווייל דאס ווייזט אז מען האט שוין וואס צו שניידן, און
  2. צו גרייטן מיט פרייד און ציילן די טעג וואס איז שוין אריבער ביז שבועות וואס איז דער יו"ט פון מתן תורה.

[באַאַרבעטן] מנהגים דורך אויס די ספירה טעג

  • פיר און צוואנציג טויזענט תלמידים פון רבי עקיבא זענען געשטארבן דורכאויס די 49 טעג, דערפאר זענען דא געוויסע מנהגים פון טרויער אין די טעג.
  1. מען פירט זיך צו נישט מאכן חתונות און הערן קיין מוזיק.
  2. מען פירט זיך צו נישט אפשערן די האר.
  3. טייל פירן זיך נישט טאן זאכן וואס פאדערן מאכן א ברכה שהחיינו ווי למשל אנטאן נייע קליידער.

ביי ספרדים זענען די מנהגים נוהג ביז ל"ג בעומר. אסאך אשכנזים זענען נוהג די מנהגים נאר אין חודש אייר (אחוץ ל"ג בעומר). רוב חסידים פירן זיך די מנהגים דורכאויס דעם עומר.