שבת
פֿון װיקיפּעדיע
שבת איז דער נאמען פונעם רוהטאג וואס השם האט געבענטש און געהיילעגט, און דאס געגעבן אלס געשענק פאר זיינע יידידשע קינדער, וועלכער איז א צייכען צווישן השם און די יידישע קינדער אז השם האט זעקס טעג באשאפן די וועלט און גערוהט אין דעם זיבעטן טאג, און ווערט גענוצט אלס נאמען פונעם זיבעטן טאָג פון דער וואָך.
ס'איז מערקווירדיג אז דאס ווארט שבת האט נישט קיין איבערזעצונג אין אנדערע שפראכען, וועלכע צייגט אויף זיין אייניגקייט מיט דאס יידישע פאלק.
די מצוה שבת ערקלערט דער רמב"ם אין יד החזקה, ענטהאלט פינף מצות, צוויי מצות עשה און דריי מצות לא תעשה.
- רוהען אום שבת
- נישט טוהן קיין מלאכה (ארבייט) אום שבת
- נישט שטראפן אום שבת
- נישט ארויס גיין אויסער דעם גרעניץ אום שבת
- הייליגן דעם שבת דורך דערמאנונג
אינהאַלט |
[באַאַרבעטן] זכור את יום השבת לקדשו
זכור את יום השבת לקדשו, לויט דער ציילונג און אויסשטעל פון ספר החינוך איז דאס דער איין און דרייסיגסטער מצוה פון די תרי"ג מצות. דער אפטייטש פון די מצוה ערקלערט דער ספר החינוך, "מיר זאלען רעדען רייד ביים אריינקום פון שבת און ביי זיין ארויסגיין, רייד וואס האבן אן אינהאלט פון געדענקעניש און א דערמאנונג פון דעם גרויסקייט, דערהויבנקייט און באזונדערהייט פון דעם טאג שבת, און אונזערע חכמים זכרונם לברכה (חז"ל) ערקלערען אז מיר זענען באפוילן צו זאגען די רייד איבער וויין". דעם אינהאלט פון די מצוה ערקלערט ווייטער דער ספר החינוך "פון די ווארצלין פון די מצוה, ס'זאל זיך דעוועקען דורך טוהן די מצוה, א געדענקעניש פון דעם גרויסקייט פון דעם טאג, און ס'זאל באפעסטיגן אין אונזערע הערצער דער באנייאונג פון די וועלט וואס השם האט באשאפן אין די זעקס טאג".
[באַאַרבעטן] שבת ביי די יידן
דער טאָג "שבת" איז אַ רוהע און הייליגער טאָג פאר די יידן.
עס איז פארבאטן צו ארבעטן אום שבת אין איינע פון די ל"ט אבות מלאכות - וואָס מען האָט געאַרבעט ביים בויען דעם משכן - מיט אירע תולדות.
[באַאַרבעטן] שטאמונג און סיבות
די תורה געבט אָן דריי אויסריידן פארוואס זאל מען היטן שבת:
- א רעליגיע סיבה ביי די ערשטע עשרת הדברות: כִּי שֵׁשֶׁת-יָמִים עָשָׂה יְהוָה אֶת-הַשָּׁמַיִם וְאֶת-הָאָרֶץ, אֶת-הַיָּם וְאֶת-כָּל-אֲשֶׁר-בָּם, וַיָּנַח, בַּיּוֹם הַשְּׁבִיעִי; עַל-כֵּן, בֵּרַךְ יְהוָה אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת--וַיְקַדְּשֵׁהוּ שמות כ'
- א סאציעלאגישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות: וְיוֹם, הַשְּׁבִיעִי--שַׁבָּת, לַיהוָה אֱלֹהֶיךָ: לֹא תַעֲשֶׂה כָל-מְלָאכָה אַתָּה וּבִנְךָ-וּבִתֶּךָ וְעַבְדְּךָ-וַאֲמָתֶךָ וְשׁוֹרְךָ וַחֲמֹרְךָ וְכָל-בְּהֶמְתֶּךָ, וְגֵרְךָ אֲשֶׁר בִּשְׁעָרֶיךָ--לְמַעַן יָנוּחַ עַבְדְּךָ וַאֲמָתְךָ, כָּמוֹךָ דברים ה'
- א היסטארישע סיבה ביי די צווייטע עשרת הדברות: וְזָכַרְתָּ, כִּי עֶבֶד הָיִיתָ בְּאֶרֶץ מִצְרַיִם, וַיֹּצִאֲךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ מִשָּׁם, בְּיָד חֲזָקָה וּבִזְרֹעַ נְטוּיָה; עַל-כֵּן, צִוְּךָ יְהוָה אֱלֹהֶיךָ, לַעֲשׂוֹת, אֶת-יוֹם הַשַּׁבָּת דברים ה'
אויפן פשוטער מיינונג איז דאס פשט אז יעדער זיבעטער טאג סוף פון וואך מוזן מיר רוען, און נישט גיין ארבייטן א גאנצן טאג מקדיש זיין פאר דעם געפיל פון אנערקענען און פייערן די גאנצע נאטור באשאפונג דורך זיך צוזאצזעצן ביי 3 סעודות מיט די פאמיליע און זינגן און לויבן אויף אונזער לעבן.
[באַאַרבעטן] נישט אין שבת גערעדט
א אויסדרוק וואס מען ניצט זייער אפט אין שבת קודש, רעדענדיג פון ביזנעס און געשעפטן וואס מען טאר נישט רעדן דערפון אין שבת קודש, צוליבן וואס חז"ל לערנען ארויס פון א פסוק אין ישעיה "ממצוא חפצך ודבר דבר", וואס חכמינו ז"ל דרש'ענען: שלא יהא דיבורך של חול כדיבורך של שבת, דעריבער לייגט מען צו אז מען זאגט עס נאר "נישט אין שבת גערעדט".
די פוסקים מוטשענען זיך שוין דערויף אויב דאס האט עפעס א מקור אין הלכה, אדער עס איז נאר א פאלקס ווערטל, אבער ווירקליך האט עס נישט קיין שום מיינונג [זע: אשל אברהם (בוטשאטש), או"ח הל' שבת סימן שז].
אויך איז "נישט אין שבת גערעדט" א פאפולערע אידישע ליד קאמפאזירט דורכ'ן חסידישן זינגער ליפא שמעלצער, ווי ער זינגט דאס אויפן קאסעטע קיין-עין-הרע.
[באַאַרבעטן] זעה אויך
| טעג פון דער וואך |
|---|
| זונטיק | מאנטיק | דינסטיק | מיטוואך | דאנערשטיק | פרייטיק | שבת |