ימי בין המצרים

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ימי בין המצרים זענען די דריי וואכן צווישן שבעה עשר בתמוז (זיבעצן טאג אין תמוז) און תשעה באב (די ניינטע טאג אין אב). לויט מנהג אשכנז פייערט מען נישט קיין חתונות, מען שערט נישט די האר, און מען הערט נישט קיין מוזיק.

נאמען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס הייסט אזוי צוליב דעם פסוק (איכה א, ג) "כל רודפיה השיגוה בין המצרים". אלע שונאים וואס האבן געיאגט די אידן האבן איהר דערגרייכט צווישן די ענגאשאפט, דאס הייסט מען איהר דאן געאכאפט צווישן די עקן, ווייל ווען מען האט נאך וואו צו אנטלויפן קען מען נישט כאפן, אבער אין די טעג איז פאר אידן געווען זייער ענג זיי האבן נישט געהאט וואו צו אנטלויפן.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער שונא איז אריין אין ירושלים זיבעצן טאג אין תמוז, דעמאלטס האט זיך געבראכן דער מויער, זיי האבן גע'הרג'ט גע'רצח'ט פון כלל ישראל איין און צוואנציג טעג (21) ביז תשעה באב ווען זיי האבן אנגעצינדן דעם בית המקדש און גענומען די אידן אין געפענגעניש.

אין רש"י (קהלת יב, ה) שטייט אז ווען דער נביא האט געזאגט "מקל שקד אני רואה" האט ער געמיינט אז אידן וועלן האבן צרות אזוי ווי א מאנדל וואס וואקסט 21 טעג, דאס זענען די ימי בין המצרים.

אין די טעג ליינט מען אין דער תורה אויף די מצרים, די גבולים פון ארץ ישראל וואס עס באלאנגט פאר אידן, דאס איז א טרייסט אז סוף כל סוף וועלן אידן צוריק באקומען ארץ ישראל דעריבער הייסט עס אויך בין המצרים פונעם לשון די גבולים (בני יששכר).

וויבאלד מען האט אויפגעהערט מקריב זיין דעם קרבן תמיד, און צו גיסן וואסער אין בית המקדש האבן זיך די פרויען פארגענומען נישט צו טרינקען וויין און נישט עסן פלייש אין די טעג אזוי ווי עס שטייט אין ירושלמי (פסחים פ"ד) אז עס איז א גוטער מנהג. אבער להלכה מעגן מיר יא עסן פלייש און טרינקן וויין אין די דריי וואכן, אבער מיר פירן זיך אזוי פון ראש חודש אב (רשב"א, וסידור רש"י). דאס הייסט כאטש פון די הלכה פון די גמרא מעג מען עסן פלייש אפילו ערב תשעה באב דאך איז דאס א מנהג פון די ראשונים אין דער טור (סי' תקנ"א) שרייבט מען טאר נישט צוברעכן די גדר פון די ראשונים.

דער רמב"ם שרייבט אז די איסור גייט אּן בלויז אין דעם וואך וואס תשעה באב פאלט אויס.

אין גמרא שטייט אויך אז די וואך זאל מען זיך נישט שערן די האר.

מען האט נישט חתונה אין די וואך, אפילו איינער וואס האט נאך נישט קיין קינדער. אויך שטייט אין מדרש רבה (במדב"ר פי"ב) אז אין די טעג זאל מען נישט גיין אליין פון צען אידערפרי ביז דריי נאכמיטאג ווייל דעמאלטס איז שולט קטב מרירי.

די ניין טעג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די ניין טעג זענען די טעג פון ראש חודש אב ביז מוצאי תשעה באב. חז"ל זאגן "משנכנס אב ממעטין בשמחה" און דעריבער האבן חז"ל געאסר'ט צו בויען א געביידע פון שמחה אין די טעג (ביז תשעה באב) און אויך נישט צו מאכן שענער אדער צו פארבן דאס הויז אדער פארבעסרן א זאך וואס מ'קען איבערלאזן אויף שפעטער. אויך האבן חז"ל געאסר'ט צו האנדלען אין א זאך פון שמחה, ווי קויפן נייע מעבל אדער קליידער, נאר ווען דאס קען גורם זיין א גרויסן פארלוסט.

ווי אויך וואשט מען נישט קיין וועש, מעו טוישט נישט קיין קליידער און מען גייט נישט שווימען.

אין די טעג זענען אלע עדות נוהג ממעט זיין אין שמחה, און אפשטופן א פראצעס וואס מ'האט מיט א גוי אויף נאך עשרה באב.

אויך איז אסור אין אלע געמיינדעס צו שטעלן א חופה, נאר ווען דער חתן האט נאך נישט מקיים געווען די מצוה פון פריה ורבייה (און אפילו אין דעם פאל איז דער מנהג צו מאכן די חתונה נאך תשעה באב כאטש מען מעג מן הדין). א שידוך אן א סעודה מאכט מען יא אפילו אום ת"ב זעלבסט, ווייל מען האט פארכט זיך טאמער איינער וועט אים פעדערן.

ייִדישע צײַטן און ימים טובים

שבת | ראש השנה | צום גדליה | יום כיפור | סוכות | הושענא רבא | שמיני עצרת - שמחת תורה | חנוכה

עשרה בטבת | ט"ו בשבט | תענית אסתר | פורים | פסח | ספירת העומר | ל"ג בעומר

שבועות | שבעה עשר בתמוז | ימי בין המצרים | תשעה באב | חמשה עשר באב

ראש חודש | חול המועד | תענית