מגילת תענית

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

מגילת תענית איז א קורצע מגילה געשריבן אויף לשון תרגום אין סוף פונעם בית שני. דארטן ווערט גערעכנט 35 טעג ווען ס'איז געשען די יידן פריילעכע פאסירונגען, וואס מ'טאר נישט פאסטן סיי אין די טעג סיי אין די טעג פאר זיי און נאך זיי (גמרא מסכת ראש השנה דף י"ט ע"א), און טייל טעג וואס מ'טאר אפילו נישט מאכן קיין הספדים. די געשעענישן האבן פאסירט במשך 500 יאר, פון די טעג פון עזרא און נחמיה ביז די טעג פון דעם רוימישן קיסר קאליגולא.

אין אלע כתבי־ידות פון מגילת תענית, ווי אויך אין די ציטירונגען אין דער גמרא, ווערט געברענגט ביי יעדער געשיכטע א פירוש אויף לשון הקודש וואס מ'האט געשריבן שפעטער (נאכ'ן חורבן).

צווישן די פריילעכע טעג פון מגילת תענית זענען חנוכה, פורים, חמשה עשר באב, ווי אויך ג' תשרי און י"ג אדר, אבער שפעטער האט מען קובע געווען תעניתים צום גדליה און אסתר תענית. ביז צום סוף פון דעם זמן פון די תנאים האט מען נאכאלץ געהיטן די איסורים פון מגילת תענית. היינטיקע צייטן האלט מען פון די טעג נאר חנוכה, פורים און ראש חודש.

ווער האט געשריבן מגילת תענית?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ס'איז דא פארשידענע דעות:

  • אין דער גמרא (שבת יג) שטייט אז דער מחבר איז געווען חנניה בן חזקיה.
  • ס'איז פארהאן א מסורה פון די גאונים אז די עלצטע פון בית הלל און בית שמאי האבן מחבר געווען די מגילה ווען זיי האבן מבקר חולה געווען חנניה.
  • אנדערע זאגן אז דער מחבר איז געווען אלעזר בן חנניה, א זון פון חנניה בן חזקיה, איינער פון די פירערס פון דער רעוואלוציע קעגן די רוימער.


וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]